אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו אריינצושפרינגען אינעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות וואס איז שוין גוט באקאנט אויף די גאנצע וועלט, ווען פילע אינגעלייט און בעלי בתים וועלן זיך ווענדן צו כלל ישראל און זיי געבן די זכיה ארויסצוהעלפן בויען דעם אמונה און חיזוק פאבריק וואס האט שוין אזויפיל אידישע קינדער אויפגעהויבן און מקרב געווען צום אויבערשטן.
 
היי יאר האבן די עסקנים אויסגעקליבן דעם דרייוואפ פלאטפארמע צוליב די פילע פראקטישע און געשמאקע פיטשערס וואס זיי פארמאגן. וואס אויסער דעם געשמאקן סיסטעם וואס זיי האבן פאר די נדבים, ווען זיי שטעלן צו א שיינע און ריינע וועבסייט, האט עס גאר גוטע כלים פאר די וואס שליסן זיך אן אויפצוטרייבן געלט אינעם קאמפיין, ווען יעדער וואס מאכט א פעידזש באקומט א לינק צו זען ווי ער האלט, וויפיל פארשריט ער מאכט, און טיפס וויאזוי צו קענען פאנדרעיזן.
 
היינט מאנטאג שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אינעם מכתב יומי "רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען. דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד". נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה."
 
פאריגע וואך מיטוואך שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע "מיר מאכן אלע יארן א קאמפיין פאר די מוסד, איך וויל דו זאלסט זיך אנשליסן אין די קאמפיין צו זאמלען געלט פאר אונזער מוסד. איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פטר'ן צו געבן דיין אייגענע געלט, ווייל אייגענע געלט האב איך מער פון דיר; נישט דאס דארף איך, איך וויל דו זאלסט ארויסגיין אין גאס צו דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע באקאנטע - זיי בעטן צדקה פאר ברסלב...
נאכדעם שרייבט דער ראש ישיבה ווייטער "מען האט געשטעלט אן אפיס נעבן מיין שטוב אין שטעטל, קום אריין און זיי א חלק פון שאפן צדקה פאר די מוסד. איך וויל נישט זאלסט זיך פטר'ן מיט געבן אייגענע געלט, איך וויל זאלסט גיין נאך געלט, ווייל גיין נאך געלט איז א תיקון פאר אלע פגמים."
 
מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט אריינקומען דאס יאר גאר שיינע סכומים, וואס דערמיט וועט מען טון שיינע זאכן פאר אויבערשטן, מחנך זיין קינדער, מחזק זיין אידן צו אמונה, שלום בית, לימוד התורה, תפלה, דביקות אין אויבערשטן, און אזוי ווייטער.
 
אויב זענט איר שוין אנגעשלאסן אינעם קאמפיין, איז שוין צייט אנצהייבן צו רופן אלע אייערע באקאנטע וואס וועלן זיך פרייען צו געבן אויף אייער פעידזש פאר די מוסדות בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויב נישט ביטע רופט שוין מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410. פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף  347-496-6683.
 
וואלט איר נישט געוואלט מיטקומען מיט א געהויבענע נסיעה מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין ארץ ישראל און מיטהאלטן די פילע באזוכן אין די מוסדות און אין די קהילות, און גיין זיך אויסבעטן אויף די מקומות הקדשים פון די תנאים אמוראים צדיקים ושרפי מעלה אין ארצינו הקדושה? איז עס נישט אייער חלום צו קענען מיטקומען צו אן עקסלוסיוו שבת התוועדות מיטן ראש ישיבה שליט"א און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודות, זמירות, דברי תורה, און געשמאקע חיזוק שמועסן? אז איר טרייבט אויף $7,000 ווערט איר בארעכטיגט צום נסיעה קיין ארץ ישראל, און פאר $3,600 קענט איר זיין ביים שבת התוועדות. פארפאסט נישט די געלעגעהייט, און מאכט תפילות און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט איר אנקומען אסאך ווייטער ווי איר טראכט.