אנשי שלומינו תלמידי וחסידי ברסלב זענען איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען בויען ווייטער די הייליגע קהילה און מוסדות.
 
די קהלה קדושה היכל הקודש בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א איז פון די שנעלסטע וואקסענדע חרדישע קהילות אין די וועלט, עס גלייבט זיך שווער ווי אין בלויז עטליכע יאר איז זיך די קהילה צואוואקסן צו א גלאבאלע אימפעריע פון תורה וחסידות.
 
קהילה היכל הקודש שטעלט צו אלעס וואס א חרדישע איד דארף צו האבן צו קענען דינען דעם אויבערשטן און ערציען די ווייטערדיגע דורות אויפן זעלבן וועג וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן. די קהילה פארפיגט היינט אין פיר לענדער איבער די וועלט, די גרעסטע פון זיי איז אין אמעריקע און ארץ ישראל, און אויף א קלענערע פארנעם אין קאנאדע און ענגלאנד. עס איז אומגלויבליך צו ליינען די קהלה אין נומערן. צענדליגע איבער די וועלט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "היכל הקודש", זעקס שטעט האבן די זכי' צו פארמאגן חדרים און מיידל שולעס פון "היכל הקודש" ווי עס ווערן נתחנך הונדערטער תלמידים ותלמידות. דער ראש ישיבה שליט"א פירט היינט צו טאגס דריי ישיבות ווי די בחורי חמד זענען זיך משלים בתורה ויראת שמים אונטער די שטענדיגע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א. אויף זומער פארמאגט די קהלה 2 קעמפס, מחנה אילן החיים פאר די אינגלעך און בחורים, און מחנה בית פיגא פאר די מיידלעך.
 
בפרט איז צום שטוינען ווי אין בלויז דריי יאר האט די קהילה אהערגעשטעלט א הערליכע נייע גאנץ יעריגע שטעטל אין די קעטסקילס ראיאן "קרית ברסלב" אין ליבערטי וואו עס וואוינען שוין איבער הונדערט און פופציג משפחות צושפרייט אין צענדליגע גאסן אין "אכט" שיינע שכונות, יעדע שכונה פאר זיך האט א שול מיט א מקוה. דאס איז אויסער צוויי מקוואות טהרה, א כולל פאר אינגעלייט, און אלע עמוירדזשענסי און חסד ארגאניזאציעס מיט וואלונטירן וועלכע שטייען גרייט צו העלפן יעדע איינוואוינער אדער באזוכער.
 
און דאס ווילן אנשי שלומינו העלפן עס זאל ווייטער קענען אנגיין, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א נוצט דאס געלט מיט די גרעסטע מאס אחריות, יעדע דאלער וואס דער קאמפיין ברענגט אריין גייט פאר די אלע לעבנ'ס וויכטיגע צוועקן פון חינוך הבנים והבנות און פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א לייגט א גרויסע געוויכט אז מען זאל ארויסנעמען דאס מערסטע פון יעדן דאלער, און לאזט נישט פארשווענדן דאס געלט פאר פראפאגאנדע, לוקסוס אדער אנדערע נישט וויכטיגע צוועקן.
 
יעצט ווען דער יערליכער קאמפיין פאר די מוסדות הייבט זיך אן, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו זיך אנצוגארטלען די כחות און זיך אנשליסן אלץ "אנשי חיל" געטרייע סאלדאטן, און רופן די קרובים, חברים, און שכנים און זיי אנווארימען די הערצער זיי זאלן צוהעלפן און אראפ שטעלן א שטארקע פינאנציעלע יסוד אז די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען וואקסן און בליען.