אנשי שלומינו אין ארץ ישראל לעבן מיט א געהויבענע וואך במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א
יט אייר תשפ"ד 📝
ווי שוין באריכטעט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל פאריגע וואך זונטאג אווענט, און האט באזוכט מאנטאג אין בני ברק, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין מירון מיט די בחורים, ווי ער האט פארברעגט עטליכט טעג מיט זיי אינאיינעם מיטן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א.
דער ראש ישיבה האט גאר געשמאק פארברענגט מיט די בחורים, דער ראש ישיבה האט יעדן טאג פארגעלערנט פאר זיי די הערליכע דפים אגדתא גמרות אין מסכת בבא מציעא וואס מען לערנט יעצט, דערנאך האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט זיי, און געענטפערט זייערע שאלות וואס זיי האבן געהאט צו פרעגן. נאך עטליכע טעג זענען די טייערע בחורים אהיימגעפארן אנגעזאפט מיט הדרכה אויף ווייטער בעזר השם.
מיטוואך פסח שני איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכן זיין דארט א לענגערע צייט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין טברי', ווי ער האט באזוכט ביים חדר און אין שולע.
דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע שמועס אין בית המדרש היכל הקודש טברי' פאר די אינגעלייט ארומרעדנדיג פון די חיזוק וואס מען נעמט ארויס פון פסח שני, אז קיין שום איד איז נישט פארפאלן, נאר מען האט אלעמאל נאך א שאנס צוריק צו קומען צום אייבערשטן.
אויך האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פון ל"ג בעומר, און צוגעלייגט אז פון דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז גאר שווער אנצוקומען צו רבי שמעון ל"ג בעומר, קען מען ארויסנעמען אז דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך מקשר זיין מיט רבי שמעון דורך זיינע ספרים, מען זאל לערנען זוהר און תיקונים, גמרא און משניות. אוודאי איז גאר שיין און חשוב צו זיין אין מירון, מאכן א הדלקה און טאנצן לכבוד רבי שמעון, אבער דער עיקר דארף מען זען לערנען די ספרים א גאנץ יאר.
פון דארט איז דער ראש ישיבה צוריק געפארן קיין מירון וואו ער האט שוין געוויילט דארט ביז נאך ל"ג בעומר במחיצת זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א.
נאך ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה געפארן באזוכן אנשי שלומינו אין ירושלים, א באריכט פון ירושלים וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.