א פרייליכע שטימונג הערשט די וואך ביי אנשי שלומינו תושבי ארץ ישראל, מיט דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי געקומען באזוכן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געפלאנט זיך ארויסצולאזן קיין ארץ ישראל נאך פאר שבת, און פראווען א שבת מיט אנשי שלומינו.
למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביים ראש ישיבה שליט"א למזל טוב, און די קידוש איז אפגעראכטן געווארן אין שטעטל, האט זיך אפגעשטופט די נסיעה ביז נאך שבת.
זונטאג נאכט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל. גלייך ביים אנקומען איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעפארן קיין בני ברק וואו עס איז געווארן ארויסגעדינגען א גרויסער זאל פארן גרויסארטיגן סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זי"ע.
אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגנהייט זיך צו טרעפן פנים אל פנים מיטן ראש ישיבה שליט"א נאכן זיך נישט זען א לענגערע צייט, און נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געמאכט אסאך תפילות אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל שוין קומען.
עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה זיך צו וואשן, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט זיין פרייד זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו. ווי אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם
בעל הילולא רבי נתן זי"ע וואס האט אונז געלאזט א צוואה אז מ'זאל עוסק זיין אין הפצה, דאס איז געווען ממש פאר זיין הסתלקות, ער האט זיך אויסגעדרוקט "אייער עיקר עסק זאל זיין צו דרוקן די ספרים, 'יפוצו מעינותיך חוצה'."
ווי אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון נאך אסאך וויכטיגע נקודות וואס מ'דארף וויסן פארן לעבן (מ'קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף קול ברסלב). און געענטפערט אסאך אקטועלע שאלות וואס אנשי שלומינו האבן געפרעגט איבער פארשידענע נושאים ווי חינוך, שלום בית, תורה ותפלה, מוסדות, און נאך.
במשך די קומענדיגע עטליכע טעג וואס דער ראש ישיבה וועט וויילן אין ארץ ישראל פלאנט ער אויסצונוצן די צייט בעיקר אויף צו באזוכן ביי די הייליגע מוסדות וואס געפינען זיך אין בני ברק, ירושלים, און טברי'ה. אזוי אויך ביי דער ישיבה אין ארץ ישראל, וואס ווערט געפירט דורכן מגיד שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט, מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א.
דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט אויך צו פארן קיין יבניאל זיך אויסצובעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא"ש זי"ע. דער באזוך וועט אריינבלאזן גאר שטארקע חיזוק פאר אנשי שלומינו, וואס נוצן אויס יעדע שיעור און יעדע שמועס זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
מיר האפן צו האבן מער באריכטן פון די שיינע נסיעה אין די קומענדיגע טעג.