תושבי ארץ הקודש בכלל און אנשי שלומינו האבן מיטגעהאלטן אין די טעג א גאר געהויבענעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן אין עטליכע שטעט אין ארץ ישראל, און איבעראל האט ער מחזק און מעודד געווען תושבי ארץ הקודש, און אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען האבן א זיס לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין.
 
דא וועלן מיר ווייטער באריכטן פון וואו מיר האבן געהאלטן ביים פאריגן באריכט פאריגע וואך דאנערשטאג.
 
ערב שבת קודש אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים און דערנאך איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו נאכן דאווענען.
 
דאן האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט מיט די בחורים קיין מירון, אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין טבריה ביים ציון התנא רבי מאיר בעל הנס. אויך האט מען זיך געטובל'ט אין צפת ביים מקוה פונעם אר"י הקדוש.
 
שבת קודש האט דער ראש ישיבה געפראוועט ביי זיין גרויסן טאטן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין מירון.
 
שבת קודש נאך די סעודה איז דער ראש ישיבה ארויפגעקומען צום אכסניה פון די בחורים, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים לכבוד שבת. דערנאך האט מען צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן תנא רשב"י, און מען האט געזאגט דארט תהלים.
 
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע שפאציר, מען איז דורכגעגאנגען דעם ציון פון התנא רבי יוחנן הסנדלר, מען האט געזען פונדערווייטענס דעם "כיסא של אליהו", און די מערה פון די ציונים פון די תנאים שמאי און הילל, דער ראש ישיבה האט פארציילט אסאך שיינע סיפורי צדיקים אויפן וועג, און געזאגט אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען אויף ל"ג בעומר, און מאכן א סיום אויפן גאנצן זוהר הקדוש. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים זאלן נישט צוגיין די קברי צדיקים, ווייל שבת גייט מען נישט צו קיין קברים. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום אלטן בית הכנסת הרשב"י ווי מען האט זיך געזעצט אויף די שטיינער, און מען האט געזונגען ווארימע הארציגע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, אזוי האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינע חיזוק שמועס פון ראש ישיבה שליט"א. מען האט גערעדט שיינע מעשיות פון תפלה, ביז עס איז שוין געווארן צייט פון מנחה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך צוריק געקערט צום שטוב פון זיין טאטן אין מירון.
 
מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה צוגעפארן קיין צפת, ווי א גרויסע ציבור אנשי שלומינו האבן זיך צוזאם גענומען פראווען מלוה מלכה און הערן דברי חיזוק פון ראש ישיבה.
 
זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית ביים מערה פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט די בחורים געוואנדן צו די מקומות הקדושים אין די געגענט. מען האט מתפלל געווען ביי רבי יהודה בר עילאי, דערנאך איז מען ארויף געקראכן צום ציון פון רב כרוספדאי, און רב יוסי סאראגוסי, און ביים "אידרא" פון רבי שמעון.
 
מיטאג צייט איז פארגעקומען דער "הקמת המצבה" פונעם זיידן פונעם ראש ישיבה, דער גרויסער גאון און פוסק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער ראש ישיבה איז נתכבד געווארן פארצוזאגן די תפילות און פסוקים.
 
נאכן שטעלן די מצבה, האט זיך דער ראש ישיבה געוואנדן מיט די בחורים צום שטאט "יבנאל", ווי דער ראש ישיבה איז גלייך צוגעגאנגען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט גרויס התעוררות און מען האט מתפלל געווען ביים ציון פונעם גרויסן צדיק פון אונזער דור וואס האט צוגעזאגט גרויסע ישועות בפרט אויף שידוכים פאר דער וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה געוויזן פאר די בחורים דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירת נפש, דער ראש ישיבה האט געצייגט פארן עולם אלע פרטים, דער אויסשטעל פון בית המדרש, דער חתונה זאל וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט צו מאכן חתונות בחינם.
 
נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה געגאנגען לייגן מזוזות ביים בית הדפוס עצתו אמונה אין יבניאל, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים צום עפענונג פונעם נייעם בית הדפוס, וואס וועט דרוקן און פארשפרייטן אמונה.
 
ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין שטוב פון הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, דערנאך האבן זיי געהאט א פריוואטע שמועס. דערנאך איז דארט פארגעקומען די וואכנאכט פונעם אינגל פון מו"ה חיים ישעיה דעפריס הי"ו אייניקל פון ר' יצחק שליט"א פון די חשובע תלמידי הישיבה.
 
און מיט דעם האט זיך געשלאסן דעם גרויסן געהויבענעם נסיעה, וואס האט איבערגעלאזט א שטארק רושם אויף די אידן ארץ ישראל, וואס האבן אנגענומען בתמימות ובפשיטות צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן.



📚 פילע נייע קונטרסים אין קרן הדפסה