אין די מינוטן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון די חשובע רביצין פון בית המדרש היכל הקודש אויף העיס, מרת רייזל פארקאש ע"ה.
 
די נפטרת ע"ה האט זוכה געווען צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן פאר צוויי צענדליגע יארן, ווען פאר איבער אכצן יאר צוריק האט זי געעפענט ביי זיך אין שטוב דער ערשטער מנין פאר אנשי שלומינו אין קרית יואל, און דערנאך האט זי גענומען איר אייגענע דירה וואס פלעגט אריינברענגען א שיינע הכנסה, און עס געלאזט פארוואנדלען אין א בית המקדש מעט, א פלאץ פון השראת השכינה, פון ווי עס איז ארויס אין די אלע יארן אן א שיעור התחזקות, תורה, און אמונה פאר תושבי קרית יואל.
 
די נפטרת וועלכע פלעגט גערופן ווערן "באבי פארקאש" וואס זי האט זיך ערווארבן צוליב איר איבערגעבענקייט, ווען זי פלעגט זיך אפגעבן מיט די פרויען און קינדער פון אנשי שלומינו ווי א באליבטע באבע צו אירע קינדער און אייניקלעך, זיך פלעגט אלץ שטיין צו אלעמען צו די רעכטע האנט, און האט זיך שטענדיג געפרייט צו ארויסהעלפן. פלעגט זי אלעס טון מיט אירע צוויי הענט אין די אלע יארן פאר'ן בית המדרש, זי פלעגט אנגרייטן די מזונות און טשאלענט פאר די קידוש יעדן שבת אינדערפרי, אזוי אויך פלעגט זי צוגרייטן אליינס די שלש סעודות. און אויסער וואס דאס אויפרוימען דאס בית המדרש האט זיך גענומען אויף אירע פלייצעס פלעגט זי פלעגט כסדר זיך אומקוקן אויפן בית המדרש און רופן בעלי מלאכה צו פאררעכטן אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט.
 
זי האט געטריי זיך אפגעגעבן מיט איר חשוב'ע מאן יבלחט"א הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, און ערצויגן אירע חשובע קינדער בדרך המסורה. זי פלעגט זיך אנשטרענגען יעדעס יאר, צו העלפן איר מאן און קינדער זאלן קענען פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין, א זאך וואס זי פלעגט טון מיט די גרעסטע מסירת נפש.
 
דער אויבערשטער האט איר געהאלפן אז זי האט געהאט די זכי' איבערצולאזן הערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון אירע קינדער און אייניקלעך זענען מפיצים, פארציילן ווי די באבע ע"ה פלעגט זיי אלץ מחזק זיין, און זאגן אז דאס איז איר גרעסטע כבוד ווען זי הערט צוריק איבער אירע קינדער און אייניקלעך וועלכע קוקן נישט אויף זייער אייגענע כבוד, נאר זענען זיך מוסר נפש פאר אנדערע אידן.
 
די נפטרת ע"ה מיט אירע גרויסע זכותים וואס זיך האט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, האט מיט וואס ארויפצוגיין צו בית דין של מעלה. מיר אלע וואס בלייבן דא איבער וועלן זיך אפלערנען צו גיין אין אירע וועגן, צו פאלגן צדיקים מיט מסירת נפש.
 
די לוי' וועט ארויסגיין היינט זעקס אזייגער אווענט פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב "בית נתנאל" אויף 8 העיס קט. אין קרית יואל, פון וואו מען וועט טראגן דעם נפטרת צום בית החיים אין קרית יואל.