אנשי שלומינו טוען מיט טרויער באוויינען די פטירה פון אונזער חבר הרה"ג רבי פנחס נחום צוויבל ז"ל. ר' פנחס נחום איז געווען א שטענדיגע מתפלל אין בית המדרש היכל הקודש מאנסי, ממש ביז די לעצטע פאר וואכן איידער זיין פטירה.
 
ר' פנחס נחום האט אריינגעברענגט א חיות צווישן די מתפללים, ספעציעל בענקט זיך צוריק צו זיינע שיינע סיפורי צדיקים און טרעפליכע דבר תורה וואס ער פלעגט אונז מהנה זיין יעדע וואך ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות.
 
ווען מען האט געזען ר' פנחס, האט מען געזען א דמות פון א איד וואס האט זיך אנגעזאפט אלע יארן מיט אזויפיל אמונה און אמונת חכמים. טראץ וואס ער האט נישט געהאט א גרינג לעבן, האט מען אלעמאל געזען אויף אים א שמייכל און רואיגקייט, און האט אלץ געלעבט מיט א געוואלדיגע ישוב הדעת און שמחת החיים.
 
דאס לעצטע מאל וואס דער ראש ישיבה איז געווען אין מאנסי דעם פארגאנגענעם ג' אייר ביי די יארצייט פון רבי ישעי'לע מ'קערעסטיר זי"ע, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער דעם אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען יעדע זאך אויסצושמועסן מיט'ן באשעפער און אים אויסדערציילן אלעס וואס דרוקט אויפ'ן הארץ.
 
דאן האט ר' פנחס דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אז זיין ווייב איז אים געקומען בעטן אז זי דארף דריגנד געלט, ווייל זיי מאכן שוין אט בר מצוה און עס איז דא פיל אויסגאבן. ר' פנחס איז ארויס פון שטוב און איז צוריקגעקומען אביסל שפעטער און בארואיגט זיין ווייב אז ער האט שוין גערעדט מיט איינעם און עס וועט זיין מסודר.
 
מיט וועמען האט ער גערעדט? מיט'ן באשעפער. און עס איז מער נישט געווען וואס צו זארגן! ר' פנחס האט דאס נישט נאר געזאגט, ער האט דאס געלעבט.
 
אויך אין די לעצטע תקופה ווען מען האט ליידער אנדעקט די ביטערע מחלה ביי אים אויף א שטארקע אופן, האט ער זיך ארומגעדרייט מיט א שמייכל און נאך אויפגעלעבט אנדערע. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, נאר שטענדיג האט מען געהערט פון אים ווי גוט דער אייבערשטער איז.
 
אין די לעצטע תקופה איידער זיין פטירה איז זיין חשוב'ע ברודער הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א געגאנגען צו די תינוקות של בית רבן פון היכל הקודש קרית יואל און זיי מעורר געווען צו מתפלל זיין פאר די רפואה פון ר' פנחס נחום.
 
די טייערע תפילות פון די טייערע קינדער שטייען אים זיכער ביי אינעם עולם העליון. ר' פנחס איז נפטר געווארן ערב ראש השנה העעל"ט.
 
זאלן זיינע גוטע מעשים אים באגלייטן און זאל עס זיין פאר אים אן עליות נשמה.
 
אבד חסיד מן הארץ