אין די לעצטע יארן האבן זיך אנשי שלומינו אין בית שמש אנגעהויבן זיך צוזאם צו נעמען, און אנגעהויבן פון איינס און א האלב יאר צוריק שמחת תורה תשפ"ג האט זיך איינע פון אנשי שלומינו פארגעשלאגן אוועק צו געבן זיין שטוב מען זאל דאווענען דארט יעדן שבת אלע דריי תפילות, און אזוי איז עס טאקע אנגעגאנגען ביז יעצט ווען יעדן שבת האט מען זיך אוועקגעזעצט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו.
 
געלויבט דעם אויבערשטן אז מען איז אויסגעוואקסן דעם פלאץ, און א אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה משה ארי' קרויס הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א געהעריגע פערמענאנטע בית המדרש, מען זאל זיך קענען געהעריג אוועקשטעלן, און חפץ ה' בידו הצליח, ער האט געפונען א הערליכע פלאץ אין צענטער פון שטאט, א פלאץ געאייגענט פאר א בית המדרש, אויף נהר הירדן 25, און מען האט געשלאסן קאנטראקט, און אזוי גייט עס שוין אן פאר די לעצטע צוויי וואכן, ווי מען דאווענט אינאיינעם און מען איז זיך מחזק מיט די רבינ'ס עצות.
 
אנשי שלומינו אין בית שמש האבן באשטעלט אלע מעבל וואס מען דארף פאר א בית המדרש, מען האט באשטעלט אן ארון הקודש, א פרידשידער, טישן און בענקלעך, אנשי שלומינו האבן נישט געוואלט ווארטן ביז עס קומט אן, און האבן אריבערגעברענגט פון זייערע שטובער טישן און בענקלעך מען זאל זיך שוין קענען באנוצן מיטן בית המדרש.
 
דער בית המדרש אין בית שמש ווערט געפירט דורכן גבאי הר"ר שלמה מינצבערג שליט"א וועלכע זארגט זיך פאר אלע געברויכן פונעם שול, און מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז ווער עס טרעט איבער דעם שוועל זאל שפירן די ווארימקייט און ליבשאפט וואס עס געפונט זיך צווישן אירע ווענט.
 
דער טעגליכע שיער אין א דף גמרא וואס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אין בית שמש אין שטוב פון הר"ר שלמה טעסלער שליט"א וועט אין די קומענדיגע טעג אויך אריבער געפירט ווערן אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת.
 
אנשי שלומינו אין בית שמש לעבן מיט די עצות פון רבין מען קומט זיך צוזאם יעדן ליל שישי ווי מען האלט מיט א שיער פון ראש ישיבה שליט"א, אבער מען באגינגט זיך נישט מיט דעם, מען פאלגט טאקע די עצות, יעדע וואך קומען בערך צוואנציג אינגעלייט און בחורים און נעמען טויזנטע גליונות און קונטרסים וואס ווערן געדרוקט אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו, און פארשפרייטן עס אין די לענג און אין די ברייט פון שטאט, אזוי אויך איז מען מהנה די דערנעבנדיגע שטעט ווי ביתר און קוממיות.
 
מו"ה יצחק ראטה הי"ו פארציילט אז יעדע וואך דרוקט ער אויף זיין מאשין בערך 2500 גליונות וועכענטליך, וואס איז אויסער די בערך 200 עצתו אמונה קונטרסים און די אנדערע גליונות יעדע וואך. ער פארציילט אז זיין מאשין האט שוין געדרוקט איבער איינס און א האלב מיליאן קאפיס פאר הפצה, במשך די לעצטע דריי יאר.
 
דער בית המדרש וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר'ן גאנצן שטאט, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן אלע וויסן אז עס איז דא א פלאץ ווי מען קען באקומען חיות און האפענונג אין יעדן מצב.
 
ואני ברב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך