אנשי שלומינו בעטן זיך אויס ישועות ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא
כו אב תשפ"ב 📝
תלמידי היכל הקודש זענען נישט קיין פרעמדע געסט ביים ציון הקדוש אין קרית יואל, כמעט יעדעס מאל ווען מען גייט נאר ארויף צום הייליגן ציון זעט מען דארט אנשי שלומינו חסידי ברסלב, וואס לאזן נישט אויס קיין געלעגענהייט א גאנץ יאר, ארויפצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ דער ציון פונעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע, אן ארט וואס איז מסוגל לישועות.
דער הייליגער רבי האט אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט פון גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז ווען מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט רעדן און מעודד זיין די תלמידים וואס וואוינען אינעם הייליגן שטאט קרית יואל, און אזוי טוט אויך דער ראש ישיבה שליט"א כסדר, אז מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, און נישט פארגעסן פונעם גרויסן אוצר וואס זיי האבן אין זייער "בעק יארד", און אלעמאל ווען מען דארף א ישועה זאל מען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון און דארט בעטן דעם אייבערשטן.
מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאקנען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע.
יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל.
אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.
די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ג וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז.
תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!