אנשי שלומינו גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע זעק
טז אדר א' תשפ"ד 📝
במשך די שובבי"ם האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעורר געווען אלע תלמידים, סיי די בחורים אין ישיבה, אזוי אויך די אינגעלייט מען זאל אויסנוצן די טייערע שובבי"ם טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, וואס דאס איז די בעסטע הכנה צום פרייליכן חודש אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה".
אנשי שלומינו האבן אריינגעכאפט טויזנטער בלעטער גמרא, פרקים משניות, קאפיטלעך תהלים, אזוי אויך האט מען זיך מחזק געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, זאגן תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, רעדן שיין אין שטוב, און אננעמען בזיונות באהבה וואס דאס זענען די בעסטע וועגן צו מתקן זיין די נשמה, און איבער אלעם רעדן צום אויבערשטן, פארציילן פארן אויבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז אריבער, אים דאנקען פאר אלעס וואס ער טוט אונז, און אים איבערבעטן אויף וואס מיר האבן געזינדיגט צו אים, און אים בעטן אויף להבא, וואס דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז מיר דארפן טון אנשטאט סיגופים, תעניתים, גלגלול שלג.
דער ראש ישיבה האט כסדר ביי די שיעורים געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט.
אין ישיבה האבן די בחורים אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים.
און אזוי גייען די בחורים צו די פרייליכע טעג פון אדר פורים און פסח מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה!