אין שטעטל רודערט שוין, מען גרייט זיך העפטיג צום פרישן זומער סעזאן, עס ווערט געמאכט הכנות פון אלע זייטן צו אויפנעמען די חשובע געסט וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען אויף די זומער וואכן - זיך אביסל אנשעפן מיט פרישע קלאר לופט, צווישן די גראז און ביימער וואס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן צווישן זיי און רעדן צום אייבערשטן.
 
אינעם "אילן החיים" קאנטרי וואס איז פאריאר געווארן אפגעקויפט פאר די געברויך פון די חשובע משפחות, און פאר די חשובע אינגלעך - ווערט יעצט געבויעט א שיינעם גרויסן בנין, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווערן געניצט פאר די בית המדרש אין קאנטרי, ווי מען וועט דאווענען און לערנען יעדן טאג במשך די זומער טעג.
 
ביים בנין "היכל ראזענבערג" וואס איז אינטערן צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, קומט פאר אין די טעג גאר העפטיגע קאנסטרוקציע, עס ווערט שיין אויפגעפיקסט פאר די געברויך פון די חשובע בחורים וואס גייען דארט לערנען און דאווענען במשך די זומער טעג.
 
אזוי אויך ארבעט מען העפטיג ביים מיידל קעמפ וואס איז אינטערן שטעטל, עס זאל זיין גרייט פארן זומער.
 
אלע קינדער, בחורים און משפחות, קענען קוים ווארטן ארויסצוקומען און פארברענגן אינטערן שאטן פון נאטור, און זיך דערקוויקן מיטן אייבערשטנ'ס וועלט וואס ער האט באשאפן פאר אונז נאר פאר דעם ציל אז אונז אידן זאלן הנאה האבן און אים אנערקענען אין יעדן מצב.
 
די שטעטל איינוואוינער ווארטן שוין אויף די לעכטיגע טעג וואס מען וועט האבן די זכי' אז די ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן ארויסקומען אויף זומער און מען וועט הערן די הערליכע דרשות פונעם ראש ישיבה יעדן טאג, וואס ווייזט דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אינעם טאג טעגליכן לעבן.
 
בלייבט נאר איבער צו בעטן דעם אייבערשטן אז די זומער זאל טאקע אדורכגיין רואיג און געשמאק, מען זאל קענען אויסניצן די זומער טעג ווי עס דארף זיין, און קענען מיט דעם מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט גלייך נאך די זומער.