מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז דריי מאל אין יאר דארף מען קומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז היינט זאל מען נישט פאר'ן צום ציון נאר ראש השנה, וויבאלד דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז דאס דארף מען אנהאלטן אויך נאכ'ן רבינ'ס פטירה, אבער אין די אנדערע ימים טובים ווי חנוכה און שבועות דארף מען זיך געפונען אינדערהיים און זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער. אבער מיט דעם איז כדאי צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, ווייל די זמנים האבן יעדעס איינס א ספעציעלע באדייט, וואס דער רבי געבט אין אין די טעג. ראש השנה לערנט דער רבי מיט אונז אמונה, מען זאל גלייבן אז דער אויבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר, און דערפאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן וואס מען דארף. שבועות, געבט אונז דער רבי דער "סדר דרך הלימוד", אז יעדער איד באשר הוא שם קען קונה זיין די תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה וואס וועט אונז ברענגען צו די העכסטע מדרגות, און חנוכה איז "להודות ולהלל לשמך הגדול", אין דעם יום טוב וועלן מיר זיך אנשעפן מיט "דאנקען דעם אויבערשטן", איינערקענען די פילע גוטס וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז, און זיך צוגעוואוינען אים צו דאנקען דערפאר.
 
אינעם שטעטל קרית ברסלב הערשט א ווארימקייט אין די יעצטיג פראסטיגע טעג, מען גרייט צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף שבת חנוכה, זינט די גרינדונג פונעם שיינעם ברסלב'ן שטעטל, קומט דער ראש ישיבה ארויס אויף שבת חנוכה וויילן מיט אנשי שלומינו צוזאמען בשבת אחים גם, און צוזאמען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע חסדים אז מיר זענען מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז עצות אדורכצוגיין געשמאק יעדן טאג פונעם לעבן.
 
מוצאי שבת חנוכה וועט פארקומען א שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער שענקט אונז. ווי אויך וועט די מלוה מלכה זיין געווידמעט צו מחזק זיין די בתי מדרשים פון אונזער שטאט, וואס האלטן זיך אויף פון די געלטער וואס אנשי שלומינו געבן א גאנץ יאר פאר די גבאי הבית המדרש. די שולן אין שטאט, ובפרט די וואכן שול אויף האשקי וואס ווערט גענוצט יעדן טאג פון יאר קאסט אפ טויזנטער דאלער יעדע חודש, עס קאסט געז צו הייצן, לעקטער, רייניגן יעדע נאכט, פיצן די שניי, גארבעדזש, טעקס, אינשורענס, און נאך. עס וועט ווערן פארטיילט שיינע מתנות פאר די וואס געבן שיינע סכומים במשך דעם יאר.
 
אין אנדערע נייעס פונעם שטעטל טוט די הנהלה אויפמערקן אז דער גארבעדזש פירמע "טאמפסאן סאנעטעישן" וואס א גרויסע עולם נוצט, העכערט אירע ראטעס אנגעהויבן פונעם נייעם יאר למספרם, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט די הנהלה געטראפן צוויי פירמעס וואס זענען נישט אזוי טייער, איינס איז "סאניטעישאן דזשעף" 845-482-0926 און די צווייטע איז "סאניטעישאן פריים" 845-898-1544. עס איז כדי ארייצורופן צו איינע פון די צוויי און אריבערטוישן איידער די פרייזן הייבן זיך אין די קומענדיגע טעג.
 
📖 ספרים אויף חנוכה אויף שאפ ברסלב
 
הנרות הללו קודש הם!