שטייענדיג איין וואך צום יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו און ביי אידן איבער די וועלט צו דעם געהויבענעם טאג.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן.
מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן.
פילע אנשי שלומינו פארן ארויס קיין ארץ ישראל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן וועלן זיך צוזאמנעמען בכל מקומות מושבותיהם און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און די פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה.
לכבוד די יארצייט איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעפארן די וואך קיין יבנאל, זיך אויסצובעטן ביים ציון הקדוש בדבר ישועה ורחמים.
דעם קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פרשת יתרו, אור ליום י"ז שבט, וועט פארקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט רעדן איבער וואס עס איז אונזער פליכט זיך צו שטארקן אין דעם גרויסן טאג.
אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
 
הוא ימליץ טוב בעדינו!