דערנענטערנדיג זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג.
אנשי שלומינו אין ארץ ישראל פארן ארויס קיין יבניאל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל, אידן בכל מקומות מושבותיהם וועלן זיך צוזאמנעמען און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן.
וויליאמסבורג: דער צענטראלער סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דעם מוצש"ק בשלח, אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 27 סקילמאן סט. - דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן. 
ירושלים: דער צענטראלער סעודת ההילולא וועט זיין בעז"ה דעם מוצש"ק בשלח אין בית המדרש הגדול, אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, אום 8:30.
Thursday night - Tu Bishvat will be a gathering for the English speakers in the Sanhedria neighborhood in Yerushalayim. A special English lesson from the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. For details please call 058-3246-100.
בני ברק: מען  וועט זיך צוזאם קומען בעז"ה היינט ביינאכט, ווי מען וועט פארליינען א ספעציעלע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פאר אנשי שלומינו אין בני ברק. פאר מער פרטים רופט 054-8480-941.
מודיעין עילין: היינט ליל חמשה עשר בשבט, וועט פארקומען אין שטאט א סעודת הילולא קאמבינירט מיט א סיום הש"ס און סיום ליקוטי הלכות אום 8:00 אין ביהמ"ד היכל הקודש שכונת בראכפעלד. פאר מער רופט 054-8460-743.
אנשי שלומינו אין גליל וועלן זיך מארגן צוזאמקומען אין שטוב פון איינער פון אנשי שלומינו אין צפת, פאר מער פרטים קען מען רופן 058-3210-705.
אין ארץ ישראל ווערן אראנדזשירט גרויסע נסיעות צום ציון הקדוש אין יבנאל. מארגן ליל שישי פארט מען ארויס פון ירושלים אום 10:00 ביינאכט, און זונטאג 10:00 אינדערפרי. פאר פרטים און זיך איינצושרייבן רופט 052-7644-664.  פאר נסיעות פון ביתר און בית שמש: 02-580-4224
בעפארן נסיעה פון ירושלים וועט פארקומען דער "כינוס המפיצים" ווי יעדע וואך ליל שישי. און אום ווען אלע פארן אלע אינאיינעם בעז"ה צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, אויסצוזאגן תהלים און צו פועלן ישועות.
 
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן.
אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ ,לעבן צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
נייעס מ'גרייט זיך צו מוהרא"ש'ס יארצייט, און אינטערעסאנטע ליקנס
תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ, הִיא מְאִירַת עֵינֵינוּ, הוּא יַמְלִיץ טוֹב עָלֵינוּ.