אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס געהויבנקייט צו ל"ג בעומר
טו אייר תשפ"א 📝
דעם דאנערשטאג פאלט אויס דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, ווען פילע אידן וועלן זיך צוזאם קומען און זיך אויסבעטן ביים ציון פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז מקובל שוין דורי דורות ביי כלל ישראל אלץ א מקום מסוגל צו פועלן ישועות.
פילע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, און אויך די וועלכע האבן באוויזן צו פארשאפן איינטריט ערלויבעניש צו קומען קיין ארץ ישראל וועלן אויסנוצן די געלעגענהייט און זיך אויסבעטן ביים הייליגן ציון פון תנא אלקי רבי שמעון, און זיכער פועל'ן אלעס גוטס.
היינט מיטוואך איז אריינגעקומען די גוטע בשורה, אז נאך לאנגע ווארטענישן און האפן און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באקומען רשות אריינצוקומען קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס היינט מיטוואך נאכט און וועט זיין צוריק נאך שבת מיטן אייבערשטענ'ס הילף. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביים שיעור היינט נאכמיטאג: "איך וועל ענק אלע אינזינען האבן עטץ זענטס ביי מיר אזוי ווי קינדער".
אין חוץ לארץ וועט מען זיך צוזאם קומען און פראווען א סעודה לכבוד דעם גרויסן הילולא, וואו מען מען וועט זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערנט, און מען וועט לערנען זיינע הייליגע ספרים וואס ער האט איבערגעלאזט.
ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן א')
📰 ל"ג בעומר תש"פ, שמחת וואך נאכט ביים אייניקל פון ראש ישיבה
📰 ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר נאך ל"ג בעומר?
🎞️ ל"ג בעומר ביי מוהרא"ש (אין יבנאל / מירון)
🎞️ מוהרא"ש טאנצט בר יוחאי אין מירון
🎞️ הפצה ביים הייליגן ציון הרשב"י אין מירון
📸 מוהרא"ש זי"ע ביים ציון פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון
📸 דער ראש ישיבה אין מירון