אין די יעצטיגע טעג זענען אלע פארנומען זיך צו גרייטן צום לאנג ערווארטעטן נסיעה. אויסער אנגרייטן דעם פאספארט, קויפן עראפלאן און באן טיקעטס, איז דא נאך ארבעט. מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים, מען זאגט מער תהלים, מען לייגט צו נאך א שיעור אין תיקוני זוהר, אלעס כדי צו פארמערן זכותים מיט וואס צו קענען צוגיין צום יום הדין. די צענדליגע טויזנטער אידן וועלכע קומען צום רבי'ן שפירן אז מען דארף פארשטערקערן דעם קשר מיט'ן צדיק, בעפאר מען קומט צו זיין ציון, וואס דערמיט וועט דער הייליגער רבי קענען שתדלען פאר אונז פאר א כתיבה וחתימה טובה, מען לייגט צו נאך שיעורים אין רבי'נס ספרים, בפרט די פינף ספרים ליקוטי מוהר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות, שיחת הר"ן און חיי מוהר"ן און מען פרובירט מקיים צו זיין די עצות און הדרכות וואס דער רבי שרייבט אונז.
 
העולה על כולנה, אז מען קומט צום רבי'ן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס קען זיין בעסער ווי אז מען האט געפאלגט זיין הייליגע צוואה און געטון פאר הדפסה והפצה? דער בעסטער זכות פאר'ן יום הדין איז צו צוריק ברענגען נאך א איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש (חלק ב', קכח) שרייבט, און מוהרא"ש ברענגט עס צו אין זיינע הייליגע בריוו הונדערטער צי טויזנטער מאל "תא חזי, כל מאן דאחיד בידא דחייבא (ותב לגביה), ואשתדל ביה למשבק ארחא בישא, איהו אסתלק בתלת סלוקין, מה דלא אסתלק הכי בר נש אחרא, גרים לאכפייא סטרא אחרא, וגרים דיסתלק קודשא בריך הוא ביקריה, וגרים לקיימא כל עלמא בקיומיה לעילא ותתא, ועל האי בר נש כתיב, בריתי היתה אתו החיים והשלום, וזכי למחמי בנין לבנוי, וזכי בהאי עלמא, וזכי לעלמא דאתי, כל מארי דינין לא יכלין למידן ליה בהאי עלמא, ובעלמא דאתי עאל בתריסר תרעי ולית מאן דימחי בידיה, ועל דא כתיב (תהלים קיב ג) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יבורך, הון ועשר בביתו וצדקתו עומדת לעד, זרח בחשך אור לישרים וגו'." א הבטחה פון הייליגן רבי שמעון, אז איינער וואס העלפט מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, איז זוכה צו גאר גרויסע זאכן, צווישן אנדערע אז די מקטריגים קענען זיך נישט עפענען דאס מויל קעגן אים, ער איז זוכה צו גוטע ערליכע קינדער און אייניקלעך, צו עשירות און אלע טויערן אין הימל ווערן געעפענט פאר אים.
 
מען קען נאך אריינכאפן די גרויסע זכותים דורך קויפן א זכות אינעם קרן הדפסה, וואס איז אגב פארנומען ביז איבערן קאפ אין די טעג צו צוגרייטן הונדערטער טויזנטער קונטרסים פאר אומאן. פרנס השנה פאר'ן קומענדיגן יאר תשפ"ה, קען מען קויפן פאר $10,000, אדער $200 א וואך. פרנס החודש איז $5,000 אדער $100 א וואך. פרנס השבוע $2,600 - $50 א וואך, און פרנס היום קען מען קויפן פאר $1,000 - א נישטיגע צוואנציגער א וואך.
 
ומתן שכרה בצדה, ווער עס שליסט זיך אן און געבט א מינימום פון $1,000 ביז ערב ראש השנה הבעל"ט גייט אריין אין דעם זעלטענעם גורל צו געווינען דער הערליכער פאכמאנישן האנט געשריבענעם "תיקון הכללי" אויף קלף פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
רופט שוין אן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און וועלט אויס דעם פרנס וואס איר קענט זיך ערלויבן, און דער זכות וועט אייך ביישטיין זוכה צו זיין בדין, און צו באקומען די אלע השפעות וואס דער זוהר הקדוש איז מבטיח.