אנשי שלומינו גרייטן זיך צו חמשה עשר בשבט
יא שבט תשפ"ג 📝
חז"ל זאגן (כתובות קי"ב ע"ב) "עתידין כל אליני סרק שבארץ ישראל שיטענו פירות", רבי נתן זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש אזוי ווי אונז, ליידיגע ביימער, און ווען מען גיין צום צדיק בחינת משיח, און קיין ארץ ישראל, בחינת אמונה, הייבט מען אן ארויסצוגעבן הערליכע פירות.
אנשי שלומינו פלעגן זאגן, אז ביז ווילאנג זיי האבן נישט טועם געווען פון די זיסע פרוכט פונעם הייליגן רבין, זענען זיי געווען ליידיג, מען האט גערעדט פון שטותים און נארישקייטן, מען איז געווען פארנומען וועלכע רבי איז גרעסער, און ווער עס האט מער געלט, און ווער עס איז א רעכטער און ווער עס איז א לינקער.
אבער זייט זיי האבן אנגעהויבן צו לערנען די הייליגע ספרים פון רבין און פון זיינע הייליגע תלמידים, האט זיי דער רבי אנגעפילט מיט כל התורה כולה, מען האט אלץ גוטע ווערטער וואס צו זאגן, מען האט וואס צו פארקויפן, מען רעדן פון אמונה, מען רעדט פון דעם אז מען קען זיך אלץ באנייען, מען רעדן פונעם זיסן דרך הלימוד, מען רעדט פונעם תכלית.
אזוי אויך איז באקאנט אז דער הייליגער רבי נתן איז געבוירן געווארן אום חמשה עשר בשבט, און כאטש עס איז אנגעומען אז מען פראוועט מען נישט קיין יום הולדת, דאס איז ווייל וואס איז די שמחה אז ער איז געבוירן געווארן, ווער ווייסט וואס ער וועט אלץ אפטון אין זיין לעבן, אבער ביי א צדיק איז אנדערש, נאדעם וואס מען זעט מיט וואס פארא פירות דער צדיק האט אונז איבער געלאזט איז דער טאג א גרויסע שמחה.
ביי מוהרא"ש זי"ע פלעגט מען זיך אלץ צוזאם קומען אין דעם טאג, און פראווען א סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אונז געגעבן אין דעם טאג אז דער צדיק'ס נשמה איז געקומען אויף דער וועלט, און ביז היינט קען מען עסן פון זיינע זיסע פירות.