מיט גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צום קומענדיגן עש"ק, ווען יעדער וועט דאנקען דעם אויבערשטן "שהחיינו וקיימנו" אויף דעם וואס מען איז זוכה מסיים צו זיין און ארייננעמען אין זיך נאך א גאנצע מסכתא, נאכדעם וואס מען האט פאר איבער הונדערט טעג געלערנט יעדן טאג א דף גמרא. מען וועט גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא אביי, וואס זאגט אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב): "אמר אביי, תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן" – אז ווען א תלמיד חכם האט מסיים געווען א מסכתא, האט ער געמאכט א יום טוב פאר די תלמידים. אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו פראווען א יום טוב און מאכן א שיינעם סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים, און מיטנעמען די ווייב און קינדער אין די גרויסע שמחה, כדי אריינצוברינגען אין שטוב א ליבשאפט צום אויבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה.
עס איז נישטא קיין בעסערע זאך אויף דער וועלט ווי לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. נאר דאס מאכט א איד פרייליך און פילט אים אן מיט צופרידנהייט; אזוי אויך מאכט עס א מענטש געזונט ברוחניות ובגשמיות.
און אויב איר טראכט ביי זיך: "איך בין נישט געמאכט צו ענדיגן ש"ס, דאס איז אפשר געמאכט פאר א רב אדער פאר א דיין," לאמיר אריינקוקן אין רש"י, וואס לייגט צו עטליכע ווערטער דארט אויפן פלאץ. אביי האט זיך געפריידט מיט יעדן תלמיד "דשלים מסכתיה" (וואס האט געענדיגט זיין מסכתא), זאגט רש"י: "שגרסה" – ער האט עס געזאגט. דאס איז עפעס וואס יעדער איד קען טון אין יעדן מצב. דאס איז איינע פון די זיסטע מתנות וואס דער רבי האט אונז געגעבן. קוקט עס נאך אין שיחת הר"ן סימן ע"ו, וואו דער רבי גיט אונז א לעכטיגן "סדר דרך הלימוד". דער רבי ברענגט דארט ארויס אז מען זאל לערנען זייער שנעל, און אפילו בלויז זאגן די ווערטער, ווייל מען וועט עס ממילא פארשטיין; און אויב נישט ביים ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל. דער רבי פירט אויס: "און אויב מען וועט עס בכלל נישט פארשטיין, וואס איז?" ווייל אויף יענער וועלט וועט מען שוין דערמאנען און פארשטיין אלעס וואס מען לערנט דא אויף דער וועלט.

דערפאר זייט קלוג און ווארט נישט אפילו איין טאג. הייבט אן היינט מסכת מנחות דף ק"ז, און קוקט נישט צי איר האט א קאפ, צי איר האט געדולד, צי איר פארשטייט, אדער צי איר זענט טרוד; ווייל יעדער איינער קען זוכה זיין לכתרה של תורה און ענדיגן דעם גאנצן ש"ס.