אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים במחיצת פון ראש ישיבה שליט"א
ט אדר תשפ"ג 📝
פורים איז א יום טוב וואס גאנץ כלל ישראל פריידט זיך, עס איז א טאג ווי אלע רעדן אפן פונעם אייבערשטן, מען ליינט די "מגילת אסתר", אפילו ביי די וואס דער אויבערשטער איז פארשטקעט און פארשטעלט א גאנץ יאר פורים ווערט נתגלה דער הסתר, און אלע זינגען און טאנצן "אלעס איז דער אויבערשטער", "נאר אמונה אין בורא כל עולמים", אלע שרייען "געב נישט אויף, דער אויבערשטער האט דיר ליב", ביי גוים להבדיל ווען זיי ווערן שיכור, ווערט ביי זיי נתגלה זייער שמוץ און רצחיה, מען הוליעט מען הרג'עט זיך, אבער ביי אידישע קינדער קומט ארויס דאס שיינקייט, ווען א איד ווערט שיכור שרייעט ער "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכע איד!" ער וויינט "באשעפער ווען וועל איך שוין תשובה טון מיט אן אמת?!"
אין ברסלב ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט צו רעדן פון אויבערשטן "מיט א טרוקענע מויל", ביים רבין איז נישט געווען קיין שכרות און קיין טרונקען א גאנץ יאר, אבער מען רעדט אפן פון אויבערשטן, מען דאנקט דעם אויבערשטן, און מען האפט צום אויבערשטן. פורים אין היכל הקודש שפירט מען א גילוי אלקות אויף א פארנעם ממש ביטול הבחירה. מען זעט אנשי שלומינו בגילופין שרייען און וויינען צום אויבערשטן הויך אויפן קול, אנשי שלומינו פרייען זיך און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די אלע גוטע מתנות וואס ער געבט אונז. בפרט אויף די גרויסע מתנה אז מיר ווייסן אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, און אז דער באשעפער ווארט אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים.
אנשי שלומינו ווילן מיטהאלטן דעם הייליגן טאג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, דערפאר וועלן מיר דא מפרסם זיין דעם סדר היום פון די הייליגע טעג. אלע תפילות און סעודות וועלן אפגעהאלטן ווערן אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סטריט, און אזוי אויך וועט די ווייבער שול זיין אפן ביי די תפילות, מגילה ליינען און סעודות.
תענית אסתר נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאם קומען צו מנחה מעריב אום 6:15 מען וועט געבן מחצית השקל און שטיצן די הייליגע מסודת וואו מען לערנט אמונה מיט די קינדער, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה ליינען די מגילה אום 7:00.
פורים אינדערפרי וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען שחרית אום 9:00 און מגילה ליינען וועט זיין אום 10:00.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה קומען אין ביהמ"ד צום סעודת משתה היין אום 6:00 נאכמיטאג ווי מען וועט טאנצן און זיך פרייען לכבוד פורים צוזאמען מיט אנשי שלומינו ביז אין די שפעטע נאכט שעות.
שושן פורים וועט בעז"ה פארקומען א שיינע סעודה אין בית המדרש פאר אלע אנשי שלומינו, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיינע שמועס פון וואס מען וועט ארויסנעמען שיינע התחזקות אויף למעשה צו קענען לעבן דערמיט טאג טעגליך, דערנאך וועט מען טאנצן אינאיינעם און לויבן דעם אייבערשטן על כל החסד אשר עושה עמנו בכל דור ובכל יום ובכל שעה, דער סעודה מיטן שיינעם פראגראם וועט זיכער איבערלאזן א געוואלדיגע איינדרוק אויף אלעמען.