אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים מיטן הערליכן ספר "איש יהודי"
יא אדר ב' תשפ"ד 📝
דער הערליכער ספר איז צוטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע חלק איז הערליכע בליציגע טייטשן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די ווערטער פון די מגילה, אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די מגילת אסתר, ווי מען קען זען אונטער די ווערטער פון די מגילה הערליכע דברי תורה פון מיט חיזוק און עצות וויאזוי א מענטש קען זיך שטארקן די אמונה און ארויסנעמען די מאקסימום פון די הייליגע יום טוב, אויף די וועג וואס דער הייליגער רבי און זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט. וויאזוי מען זעט פון די מגילה אז דער אויבערשטער האט אונז יא ליב, און מיר קענען נאך אלץ תשובה טון.
די צווייטע האלב איז בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א דברים היוצאים מן הלב, הארציגע ווערטער צו שטארקן און צו אויפוועקן אידישע קינדער זיי זאלן אויסנוצן די הייליגע טעג צוריק צו קומען צום אויבערשטן, און זיך שטארקן אויף די טאג טעגליכע שווערקייטן, און מיר זאלן זיך נישט לאזן פאלן פון די פגעי הזמן.
דער ספר איז דא צו באקומען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט ווי מען קען עס דאונלאודן, אדער קען שיקן אן אימיאל צו maebreslev@gmail.com און מען וועט צוריק באקומען א ריפליי מיט די הערליכע הונדער פינף און זיבעציג בלעטער פון דעם שיינעם ספר.
📖 ספר איש יהודי צו דאונלאודן אויף ברסלב סענטער.
איש יהודי היה בשושן הבירה