אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך מיט גרויס געהויבענקייט צום בעפארשטייענדען פרייליכן יום טוב פורים הבעל"ט, ביי אנשי שלומינו האט פורים א ספעציעלן באדייט, פורים איז א יום טוב ווי אלע לעבן מיטן אויבערשטן, אלע זינגען "עס איז דאך אלץ הבל הבלים אין עוד מלבדו", און אלע שרייען "דער אויבערשטער האט דיר ליב", מען קען זיך נישט פארשטעלן דער תענוג און נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען זיינע קינדער טראכטן פון אים, גלייבן און אים, אבער דער אויבערשטער וויל עס הערן אויך מיט א טרוקענע מויל (עיין בסיפורי מעשיות), א גאנץ יאר זאלן מיר זינגען "א גאנץ יאר פרייליך", און א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט דעם "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", איז כל שכן וכל שכן פורים, איז דער שמחה עד אין לשער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, דער סיפור וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ דערציילן פאר פורים מיט ר' מאיר טעפליקער. ווי "ער פלעגט מאכן ביי זיך אין שטוב פורים נאכמיטאג א סעודה און אנשי שלומינו זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געגעסן א סעודה, מען האט געטרינקען און געטאנצן אז מיר האבן מרדכי הצדיק, דער הייליגער רבי וואס ראטעוועט אונז פון המן הרשע; דער יצר הרע וואס וויל הרג'ענען יעדן איינציגסטן איד.
 
ויהי היום, איין פורים זעט ר' מאיר ווי איינער זיצט אין דער זייט און וויינט, בשעת אלע טאנצן זיצט ער דארט אין א מרה שחורה, ר' מאיר האט דאס נישט געקענט סובל זיין. ער גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאגט מיר וואס גייט פאָר? היינט איז פורים, אלע טאנצן, אלע זענען פרייליך, פארוואס טאנצט איר נישט מיטן גאנצן עולם?!" דער איד קוקט אן ר' מאיר און זאגט אים: "ווי אזוי קען איך טאנצן ווען איך האב א צביה אויפן קאפ?!" ר' מאיר פרעגט אים: "וואס רעדט איר? זאגט מיר וואס גייט פאר מיט אייך?" דער איד הויבט אן וויינען, ער זאגט פאר ר' מאיר טעפליקער: "איך האב א טאכטער, זי איז שוין עלטער, זי דארף א שידוך, איך האב נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר, די טאכטער צביה דרוקט מיר אויף מיין מח, איך הער נישט אויף טראכטן פון מיין צרה", ר' מאיר זאגט אים: "איך פארשטיי אייך נישט, אמת, איר האט א צרה, איז דאס אבער די עצה? זיצן פארביטערט איז אן עצה?! דער רבי האט אונז געלערנט, אז מען האט א צרה שרייט מען צום אייבערשטן, דער רבי האט אונז געלערנט, אז עס דרוקט אויפן הארץ - גיסט מען זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, קומט טאנצן מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן וואס איר זאלט טון מיט צביה, איך וועל זאגן ווערטער צום אייבערשטן און איר וועט מיך נאך זאגן".
 
ר' מאיר הויבט אן זאגן דעם פסוק: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער"; ר' מאיר זאגט אים: "זאג מיך נאך"; דער איד האט נאכגעזאגט און זיי האבן אנגעהויבן טאנצן, ביז דער איד איז זייער פרייליך געווארן, ער האט שוין נישט געשפירט צביה אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן.
 
נאך פורים איז געשען א גרויסע נס, צביה איז א כלה געווארן מיט א ברסלב'ער חתן, ביידע, סיי דער חתן האט נישט געזוכט א כלה וואס האט געלט, דער חתן האט געזוכט א כלה וואס לעבט מיטן אייבערשטן, וואס לעבט מיט א צדיק, און אויך די כלה האט זיך זייער געפרייט אז זי האט געטראפן א גוטער חתן, א חתן וואס קוקט נישט אויב מען האט געלט. זיי האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב."
 
דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס די מעשה מיט די ווערטער: "ברודער, גיי שוין זוך דיר אויף א ווינקל און שריי צום אייבערשטן: "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ", מיינע צרות זענען אזוי שטארק, "מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", באשעפער זיסער העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער."
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אינעם בריוו זיינע פלענער פאר'ן יום טוב פורים, אז ער וועט זיין בעז"ה פורים ערב שבת קודש אין וויליאמסבורג, און ער בעט אנשי שלומינו זאלן נישט אריינקומען אין שטאט, נאר יעדער זאל זיך מאכן פרייליך וואו ער איז, ווייל "פרייליך איז נישט אין א געוויסע פלאץ, פרייליך איז אין הארץ."
 
מי'טן אויבערשטענס הילף וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען מוצאי שבת קודש אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, ווי מען וועט טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד היום, און זונטאג נאכמיטאג פורים המשולש וועט פארקומען אין בית המדרש א שיינע שושן פורים סעודה מיט א פארשטעלונג פאר די קינדער, וואס וועט זיין בעז"ה גאר אינטערעסאנט.
 
 
וימי הפורים האלה לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם