אינעם ערשטן תורה פון ליקוטי מוהר"ן טוט אונז דער הייליגער רבי מגלה זיין אביסל איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און איבער די די גרויסע ליכטיגקייט וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, דער רבי טייטשט אז דאס וואס עס ווערט געברענגט אין די גמרא אז "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" האט נאר רבי שמעון בר יוחאי געקענט זאגן, דער רבי זאגט דארט "כי לא תשכח מפי זרעו" איז ראשי תיבות יוחאי, ווייל פון די גרויסע אורות וואס עס האט מגלה געווען רבי שמעון וואס איז א זון פון יוחאי, קען מען זיך האלטן אינעם שווערן גלות, און דורכגיין די אלע נסיונות, דער רבי שרייבט דארט אויך אז "עיר וקדיש מן שמיא נחית" איז ראשי תיבות שמעון.
 
דאס איז געווען די ארבעט פון די צדיקים און אלע דורות, צו מגלה און מפרסם זיין דעם אייבערשטן נאך מער און מער אז אפילו אונז און אפילו אין די היינטיגע שווערע צייט, זאל מען זיך האלטן צו די הייליגע אמונה, און אזוי וועט בלייבן אז די תורה און דער אייבישטער וועט חס ושלום קיינמאל פארגעסן ווערן פון כלל ישראל.
 
דער טאג ל"ג בעומר ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל מיט גרויס געהויבנקייט, אבער בפרט ביי אנשי שלומינו, וואס פאלגן דעם הייליגן רבין און לערנען און זאגן ש"ס, מדרשים, און זוהר הקדוש, ווי די תורה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אפגעשריבן, שפירט מען זייער שטארק דעם קשר מיט רבי שמעון, דורכדעם וואס מען לערנט זיינע הייליגע ווערטער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט וויסן אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך געפינען ל"ג בעומר אין מירון ביי זיין טאטן אין בית המדרש.
 
אבער ביי אלע בתי מדרשים פון אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט ל"ג בעומר צו א סעודה לכבוד דעם גרויסן טאג, און מען וועט רעדן און שמועסן איבער די געוואלדיגע עצות און חיזוק וואס מען נעמט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן.
 
ביי א געלעגענהייט האט דער ראש ישיבה געזאגט "הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם", אז דאס מיינט אז אויב מען וויל אסאך נאכטון רבי שמעון, פאלט מען דורך, מען קען נישט טאנצן מדריגות, מען דארף טון ווי דער רבי זאגט "מעט גם כן טוב", גיין שטאפלווייז נאך אביסל און נאך אביסל, און אזוי קען מען ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.
 
כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו