האלטענדיג ממש איידער מען גייט אריין אין די הייליגע שבתים פון די ד' פרשיות און דער יום טוב פורים אינדערצווישן, זעט מען א שטארקע אינטערעסע ביי אנשי שלומינו זיך איינצוהאנדלען דער הערליכער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א "איש יהודי" וואס איז גאר צוגעפאסט צו צוגרייטן צו די בעפארשטייענדע פרייליכע טעג.
 
דער ערשטער חלק פונעם ספר באשטייט פון די מגילת אסתר מיט הערליכע בליציגע טייטשן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויסגעשטעלן אויפן סדר פון די מגילה, טייטשן וואס וועלן אויפלאמען דאס הארץ צום אויבערשטן, און איז מחזק צו קענען אנגיין בעבודת ה', הערליכע דברי תורה פון מיט חיזוק און עצות וואס מען קען נאכזאגן וויאזוי א מענטש קען זיך שטארקן די אמונה און ארויסנעמען די מאקסימום פון די הייליגע יום טוב, אויף די וועג וואס דער הייליגער רבי און זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט. וויאזוי מען זעט פון די מגילה אז דער אויבערשטער האט אונז יא ליב, און מיר קענען נאך אלץ תשובה טון.
 
דער צווייטער חלק פונעם ספר איז "מכתבים" געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א דברים היוצאים מן הלב, הארציגע ווערטער צו שטארקן און צו אויפוועקן אידישע קינדער זיי זאלן אויסנוצן די הייליגע טעג צוריק צו קומען צום אויבערשטן, און זיך שטארקן אויף די טאג טעגליכע שוועריקייטן, און מיר זאלן זיך נישט לאזן פאלן פון די פגעי הזמן, עניני ד' פרשיות און פורים, פראקטישע הדרכות אויף למעשה, וויפיל צו טרונקען פורים, וויאזוי זיך אויפצופירן אין די פרייליכע טעג און חיזוק וויאזוי אויסנוצן די צייט. דער ראש ישיבה רעדט פון די קליפת עמלק, ספקות, און עצות דערקעגן, וויאזוי מען קען זיין אמת'דיג פרייליך פורים, און אזוי ווייטער.
 
דער ספר איז דא צו באקומען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט ווי מען קען עס דאונלאודן, צו באקומען די הערליכע הונדערט פינף און זיבעציג בלעטער פון דעם שיינעם ספר. אזוי ווי דער ספר איז שוין גענצליך אויסגעגאנגען, האלט יעצט דער קרן הדפסה אינמיטן איבערדרוקן דעם ספר, און מען וועט עס קענען באשטעלן ביים קרן הדפסה, אדער קויפן דירעקט דא.

אין די זעלבע צייט איז דער קרן הדפסה גרייט מיט נאך פילע ספרים אויף די הייליגע פרייליכע טעג, צום ביישפיל די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש "א פרייליכן פורים מיט מגילת אסתר" אויף אידיש, "פורים שמח" אויף לשון הקודש, און "שמחת פורים" אויף לשון הקודש, און דער ספר "מגילת אסתר עם פירוש גנזי המלך" מיט וואס אנשי שלומינו וועלן זיך מחי' זיין דעם קומענדיגן יום טוב פורים.