ווי יאר יערליך גרייטן זיך אידן אויף דעם הייליגן טאג ל”ג בעומר, די יארצייט פונעם הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, עס קומען צו פארן קיין מירון אידן פון די גאנצע וועלט, אויסצופועלן ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.
 
אויך טייל פון אנשי שלומינו וועלן זיך אריבערכאפן קיין מירון אין דעם גרויסן טאג, צו בעטן פאר ישועות בגשמיות וברוחניות. אבער די שיינקייט פון אנשי שלומינו איז, אז זיי קומען נישט צו רבי שמעון מיט ליידיגע הענט, זיי ברענגן א שיינע מתנה פאר רבי שמעון, דאס איז די פולע בלעטער זהר הקדוש וואס מען האט געלערנט במשך די יאר, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א זיסער דרך הלימוד, א וועג צו לערנען און אדורך גיין אלע ספרים הקדושים, וואס מיט דעם וועג קומט מען אן צו אלע הייליגע ספרים וואס איז נאר דא, וואס זייער אסאך קומען נישט אן צו לערנען איין מאל במשך דעם לעבן, אבער מיטן גרינגן וועג פון לערנען, אז מען דארף נישט גלייך פארשטיין וואס מען לערנט, דאס עפענט א וועג צו לערנען יעדן ספר וואס איז נאר דא.
 
און דאס מאכט אז אנשי שלומינו זאלן זיך אויך צוכאפן צו לערנען א גאנץ יאר זהר הקדוש מיט די תיקונים, און מיט דעם קומט מען צו רבי שמעון, און אזוי פועלט מען אסאך בעסער.
 
און אוודאי געט רבי שמעון צוריק געוואלדיגע מתנות פאר אלע וואס קומען ביומא דהילולא, און אפילו ווער עס געפונט זיך נישט דארט - פלעגט מוהרא”ש שטענדיג זאגן - קען זיך מקשר זיין דורכ’ן לערנען זהר הקדוש וואו אימער מען איז, און דארט בעטן אלע בקשות וואס מען דארף. 
 
אויך דער ראש ישיבה וועט זיין מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף אין מירון און בעטן פאר אלע תלמידים און פאר גאנץ כלל ישראל.
 
דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט קיין מירון א וואך פריער, כדי צו קענען זיין אין מירון אויף פסח שני, כדי צו פראווען די בר מצוה פון זיין זון הבחור נחמן נתן נרו יאיר וואס וועט פארקומען ביים גרויסן זיידן אין בית המדרש קארלסבורג אין מירון.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל פועלן אלע ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.
 
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו