אנשי שלומינו גרייטן זיך צום יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה שליט"א
יח אייר תשפ"ג 📝
יעצט ווען מען גייט ארויס פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר, הייבן זיך אנשי שלומינו אן צו גרייטן צום הייליגן יום טוב שבועות הבעל"ט במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, סעודות, און זעען וואס מען קען אלץ טון צו קענען אריינצונעמען וויפיל געסט נאר מעגליך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי פלאנען אויס וויאזוי דער דער שול זאל קענען אריינעמען די פילע הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר. די הנהלה פונעם בית התבשיל ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, אזוי אויך די חשובע משפחות וואס זענען ממונה אויף צו פלאצירן די געסט גרייטן זיך אויפצונעמען די פילע רופער און זיי ענטפערן בסבר פנים יפות און פרובירן דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן.
אנשי שלומינו קענען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.
מען גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב פון קבלת התורה, ווען אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און בעטן דעם אייבערשטן צו לערנען די הייליגע תורה יעדן אייציגן טאג. חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט!
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני