אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין צו אומאן ראש השנה תשפ"ה
י תמוז תשפ"ד 📝
מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום קומענדיגן ראש השנה צו קומען וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווי ער האט געבעטן און געפאדערט פון אלע וואס גלייבן אין אים. דער ראש ישיבה דערמאנט כסדר אין די דרשות אין די טעג מען זאל נישט זיין קיין בטלן און שוין באשטעלן טיקעטס, און זיך באזארגן מיט שפעזן.
אין די לעצטע יארן האבן זיך די צאל אידן וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין שטארק צואוואקסן, און דער גרויסער זעקס שטאקיגער בנין וואס מען האט נישט לאנג צוריק געבויעט מיט פלאץ פאר הונדערטער געסט איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן. עס ווערן טאקע געמאכט פלענער צו בויען א פרישע בנין, אבער ביזדערווייל קען מען זיך ממש נישט אן עצה געבן פון גרויס ענגשאפט אין פלאץ.
בעיקר האט זיך עס אנגעזען אינעם עס זאַל וואס אין די לעצטע עטליכע יאר האט מען שוין מער נישט געקענט דארט פראווען די סעודות שבת ויום טוב, און מען האט געמוזט בלית ברירה פארוואנדלען דעם גרויסן היכל הבית המדרש אין א עס זאַל. אבער היי יאר וועט שוין דאס אויך נישט מעגליך זיין צוליב דעם געוואלדיגן ריבוי עם קע"ה.
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן נאך אסאך התבודדות אז אויף היי יאר וועט מען אויפבויען א גרויסן ריזיגן שאטער וואס וועט הייסן "אהל הרחבת הדעת", נעבן דעם יעצטיגן בנין, וואס דארט וועט מען בעז"ה פראווען די סעודות שבת ויום טוב בשבת אחים. דאס יאר איז עס נאך מער וויכטיג צוליב וואס ראש השנה געפאלט אויס דאנערשטאג און פרייטאג, און דער יום טוב וועט זיך אריינצוען אינעם שבת קודש, וואס אנשי שלומינו בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן אינאיינעם אפרעכטן אינעם גרויסן געשמאקן שאטער מיט הרחבת הדעת.
אין די יעצטיגע טעג געפונען זיך גרויסע קאנסטראקשען טראקטארן אויפן שטח ווי זיי מאכן דעם שטח פלאך און גרייט, דערנאך וועט מען בעז"ה אויספלאסטערן דעם שטח מיט בעטאן, אויף וואס מען וועט בע"ה אויפשטעלן דעם גרויסן שאטער.
דער זכות פון דעם גרויסן "אהל הרחבת הדעת" איז געקויפט געווארן דורך די עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו.
אז מען רעדט שוין פון קויפן טיקעטס קיין אומאן איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט לעצטענס פילע מאל אין די דרשות און פאדערט שטארק אויף מען זאל זיך נישט מאכן קיין חובות אפילו אויף צו פארן צום רבין. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו איינער האט בשום אופן נישט קיין געלט צו פארן, איז עס נישט קיין תירוץ ער זאל די לעצטע מינוט זיך אנבארגן געלט, נאר עס איז נאך דא גענוג צייט - זאגט דער ראש ישיבה - און מען קען גיין נאך געלט און בעטן אידן זאל צוהעלפן מיט'ן צאלן דעם טיקעט. אידן שפירן פאר א זכי' ארויסצוהלעפן אן אנדערן איד צו פארן צום הייליגן רבין, און רופן זיך אן זייער ווארעם.
ראש השנה שלי עולה על הכל