אנשי שלומינו אין לעיקוואוד דינגען נייע שול
יז תמוז תשפ"ג 📝
מיר גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואוד די גוטע בשורה אז מען האט נארוואס אפגעדינגען אן אייגענע פלאץ אין שטאט וואו מען וועט בעז"ה אהער שטעלן אן געשמאקע בית המדרש וואס וועט דינען אלע געברויכן פאר די שיינע קהילה היכל הקודש אין לעיקוואוד.
דאס קומט נאכדעם וואס מען האט ביז יעצט גענוצט א קליינע פלאץ וואו מען האט זיך געקענט צוזאם נעמען נאר אין די וואכן טעג, און שבת האט מען נאר געקענט פראווען שלש סעודות אויף א קליינע פארנעם ביי איינע פון אנשי שלומינו אינדערהיים. און נאך אסאך תפילות האבן די גבאים ב"ה יעצט געטראפן א מקום רחבת ידים, אויף 234 איסט פיפט סטריט, וואו מען וועט זיך בערת השם יתבר צוזאם קומען סיי אינדערוואכן, און סיי צו אלע תפילות שבת קודש, און ב"ה דער פלאץ איז גוט און געשמאק צוגעשטעלט מיט טישן און בענק און אלע צוגעהערן.
דער ביהמ"ד ווערט אנגעפירט דורך די צוויי געטרייע גבאים מו"ה שמעון ראבינאוויטש הי"ו, און מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר אנשי שלומינו אין שטאט, סיי מיטן פירן דעם בית המדרש, און סיי מיטן איבערגעבן די הייליגע דיבורים און עצות פון הייליגן רבין, פון וואס אלע זענען זיך מחיה.
אין אנדערע נייעס גייען אין לעיקוואוד אן כסדר פילע פעולות פון הפצה, יעדע וואך איז דא א פרויען צוזאם קום אין שטוב פון מו"ה יצחק רוטנער הי"ו, אויף 1418 אוקוואוד האלאו, אין טאמס ריווער, דאס קומט פאר געווענטליך מאנטאג אדער דינסטאג. צו ווי פילע פרויען מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין וואך, וואס דאס געבט זיי די געזאלין אנצוגיין ווייטער.
אזוי אויך ווערט געפירט דורך מו"ה ישראל חיים זילבער הי"ו א גרויסע הפצה אפאראט, וועלכע מאכט זיכער אז יעדער וואך זאלן אנקומען און פארשפרייט ווערן דורך די פילע געטרייע מפיצים אלע גליונות און קונטרסים.
ביי דעם געלענגהיינט דרוקן אנשי שלומינו אויס א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה בנימין פאלמאן הי"ו וואס האט אריינגעלייגט אסאך כוחות צושטאנד צו ברענגען דעם נייעם ביהמ"ד. אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר די פילע אנ"ש וואס האבן גענומען אויף זיך צו צאלן די חודשליכע רענט. אחד המרבה ואחת הממעיט, ובלבד שיכון לבו לשמים.
דער ראש ישיבה שליט"א - ווען מען האט אים פארציילט די גוטע נייעס איבערן נייעם בית המדרש אין לעיקוואוד - האט זיך זייער געפריידט צו די גרויסע נייעס און זיך אויסגעדריקט אז אזוי ווי מען האט שוין ב"ה אן אייגענע ווינקל האפט ער צו קומען מער אפט, וואס וועט זיכער מחזק זיין די שטאט בכלל און אנשי שלומינו בפרט.