אנשי שלומינו טוען אויפנעמען מיט גרויס פרייד די בשורה טובה, אז די רעזערוואציעס פאר די צימערן אינעם בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א האט זיך שוין געעפענט.
 
שוין אריבער פיל יארן זינט דער רבי האט אויסגערופן "ראש השנה ביי מיר איז העכער פון אלעם, קיינער טאר נישט פעלן", שוין דורך אזויפיל פון ווען דער רבי האט מבטיח געווען "ווער עס וועט קומען צו מיר אויף ראש השנה וועל איך אים קענען מתקן זיין, נישט קיין חילוק ווער און וואס, אפילו וועם איך קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר". שוין איבער צוויי הונדערט יאר, וואס אידן מכל קצבי תבל, מאכן אלע סארט באמיאונגען און טאנצן אריבער אלע מיני שוועריגקייטן, אלעס כדי צו פאלגן דעם רבין, און זוכה זיין צו א תשובה שלימה.
 
בפרט אין די לעצטע עטליכע און דרייסיג יאר זינט די קאמוניזם איז צוזאם געפאלן, און די גרענצין פון אומאן האבן זיך געעפענט לרבחה, האט זיך דער הייליגער קיבוץ שטארק צואוואקסן, בשעת ווען אין אנפאנג די ערשטע יארן זענען אנגעקומען עטליכע טויזנט, זענען שוין אנגעקומען אויף ראש השנה די לעצטע יארן איבער הונדערט טויזנט אידן. אנשי שלומינו קוקן נישט אויף קיינעם און קומען נישט צו קיינעם, מען קומט צום הייליגן רבין זיין ביי אים אויף ראש השנה.
 
אסאך יארן האבן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש נישט געהאט קיין אייגענע ווינקל אין אומאן ווי מען קען עסן שלאפן במשך דעם יום טוב, יעדער האט זיך מסדר געווען אויף א פלאץ וואו מען האט נאר געקענט. אבער אין די לעצטע צען יאר, זינט מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער וויל אז ער זאל זען צו מאכן א באזונדערע פלאץ פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל קענען קומען און גיין אפגעהיטענערהייט, האט מען זיך אנגהויבן צוזאם נעמען. תחילה האט מען געדינגען איין פלאץ, דערנאך נאך א פלאץ. אבער נאך א קורצע צייט האט מען געזען אז דאס קען נישט אנהאלטן, דער ציבור האלט אין איין וואקסן, און די הוצאות צו דינגען האט געהאלטן אין איין ארויפגיין. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען א גרויסע אייגענע געביידע אין אומאן ווייט אוועק פון די געפּילדער פון פושקינא, א פלאץ מיט א געהעריגע השגחה, ווי די מלמדים לערנען און דאווענען מיט די קינדער, און די מלמדים נעמען די קינדער צום ציון אפגעהיטענערהייט, מען שטעלט דארט צו מטה שלחן ומנורה, א פיינע מקוה, אן עס זאל, און אלע געברויכן אויף ראש השנה. בפרט ווער עס האט נאר איינמאל געשפירט דעם געשמאקן טעם פון א ראש השנה מיטן ראש ישיבה, ווי מען פראוועט אינאיינעם די סעודות יום טוב, דער ראש ישיבה געט הערליכע דרשות, דער ראש ישיבה דאווענט פארן עמוד די תפלות, איז דאס פלאץ געווארן ממשה ווי א מאגנעט וואס אלע אנשי שלומינו ווילן נאר קומען אהין.
 
אבער טראץ דעם גרויסן פארלאנג, איז ממש אוממעגליך נאכצוקומען דעם געברויך. דאס איז נישט קיין שרייבערישע גוזמאות. דאס איז די טרוקענע מציאות. דער ציבור וואס וויל קומען וואקסט בלי עין הרע מיט יעדע דורכגייענדיגע יאר, און טראצדעם וואס מען פרובירט דאס בעסטע צוצושטעלן יעדעס יאר מער און מער בעטן, האט מען אלץ צום סוף געמוזט אפזאגן זייער אסאך.
 
דערפאר איז וויכטיג אז אלע וואס ווילן קומען איינשטיין אין בנין זאלן נעמען אין באטראכט די פאלגענדע זאכן. אזוי ווי די ארבעט פון צושטעלן דעם בנין מיט אלע געברויכן איז געוואקסן אויף אזא פארנעם אז עס איז געווארן אוממעגליך נאכצוקומען דאס מסדר זיין די צימערן לויט יעדעמ'ס בקשה, ווער שלאפט אויבן, און ווער אונטן, דער וויל שלאפן מיט דעם, און דער מיט יענעם, וועט מען היי יאר פארדינגען נישט קענען רעזעווירן קיין בעטן, נאר מען וועט רעזערווירן א "צימער". די וואס דינגען איאיינעם דעם צימער, וועלן שוין באשליסן צווישן זיך ווער שלאפט וואו. אנשי שלומינו ווערן געבעטן זיך צוזאם צו נעמען פער אכט מענטשן, און איאיינעם רעזערווירן א צימער. צוליב די אינפלאציע האט מען געמזוט אביסל ארויפגיין מיט די פרייזן. די פרייז פאר א צימער איז אכט טויזנט דאלער, דאס הייסט טויזנט דאלער פער בעט. די אויבערשטע שטאק די פרייז אביסל בילגיער, זיבן טויזנט צוויי הונדערט א צימער, דאס הייסט ניין הונדערט דאלער א בעט. אזוי אויך די ערשטע שטאק פון די שלאף צימערן איז באשטימט פאר די עלטערע אידן פון די קהילה.
 
די רעזערוואציעס זענען שוין אפן און וועלן בלייבן אפן ביז עס ווערט פול. היי יאר זענען נישטא מער קיין חזקות, אזוי אויך איז נישטא קיין דאטום ביז ווען מען קען דינגען. דאס וועט צוגיין מיטן כלל פון "כל הקודם זכה".
 
דער עיקר דארף מען געדענקען צו מאכן אסאך תפילות אז מ'זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן. אנשי שלומינו האבן געזען וויאזוי עס האט אויסגעזען פאריאר, ווען עס האט אויסגעבראכן א מלחמה, און עס האט אויסגעזען אז וועט זיין אוממעגליך צו פארן צום הייליגן רבין "אינמיטן א העפטיגע מלחמה", אבער תפלת ישראל האבן געפועלט, כלל ישראל האט יעדן טאג מתפלל געווען און זיך מתחנן געווען צום באשעפער "רבונו של עולם, העלף מיר אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיט א געשמאקע נסיעה, מיט די פעקלעך", און אלע זענען טאקע עדות אויפן הערליכן ראש השנה וואס איז דורך. אנשי שלומינו ווערן געבעטן אזוי צו טון אויך היי יאר, ווען מען דארף ווידער מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. אלע פלענער וואס די טראוועל אגנעטן מאכן זאלן זיך גוט אויסארבעטן, און אלע זאלן גיין און קומען בשלום, און פועלן א גוט געבענטשט יאר.
 
אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן מלמד מומחה ר' יחזקאל וואס צורייסט זיך ממש פארן רבינ'ס ראש השנה, ער געט אוועק טעג און נעכט אז אנשי שלומינו זאל האבן א געשמאקע אכסניא במשך די ראש השנה טעג שלא על מנת לקבל פרס. 
 
צו רעזערווירן א צימער קען מען זיך ווענדן צו מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו, אויף 347-452-1936.
 
מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה