אנשי שלומינו ווארטן אויפן נייעם "ירושלים" דעוועלאפמענט אין קרית ברסלב זאל זיך עפענען
יב אייר תשפ"ג 📝
אנשי שלומינו קוקן ארויס אז דער נייער "ירושלים" דעוועלאפמענט וואס געפונט זיך נעבן די "טווין ברידזש" געגענעט, זאל זיך וואס שנעלער עפענען, און דערמיט לינדערן דעם גרויס נויט פון דירות פאר די פילע אנשי שלומינו וואס ווארטן דערויף. אבער כאטש ווי שטארק עס איז וויכטיג, האט אבער די עלקטריק פירמע נאכנישט אקטיוויזירט די עלקטריק אין די בנינים.
ביז דערווייל ווייסן אנשי שלומינו אז דער איינציגסטע זאך וואס קען העלפן איז בעטן דעם אייבערשטן אז דער פראיקעט זאל זיך שוין עפענען. די "ירושלים" גאס אנטהאלט זעקס קלענערע בנינים, און איין גרעסערע בנין וואס אנטהאלט א גרויסע רחבות'דיגע בית המדרש מיט א מקוה מפוארה אויפן ערשטן שטאק. דער בית המדרש מיט די מקוה איז נתנדב געווארן דורך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו לע"נ זיין שוועסטער שרה שמחה ע"ה בת יבלח"ט ר' יצחק הי"ו וואס איז נישט לאנג אוועק.
בשעת מען ווארט אויף די עלעקטריק צו ווערן אקטיוויזירט טוט מען אבער שוין העפטיג צוגרייטן דעם בית המדרש מיט אלע געברויכן ווי טישן, בענקלעך, סידורים, חומשים, ספרים און אזוי ווייטער אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, און ווען די עלעקטריק וועט ווערן אנגעצידן וועט דער בית המדרש שוין זיין גרייט מיטן אייבערשטנס הילף. דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אויך נאמינירט אלץ גבאי פארן בית המדרש דעם אלעמען באליבטן מו"ה הערשי בוים הי"ו פון די חשובע כולל אינגעלייט אין שטעטל, וואס וועט פירן דעם בית המדרש מיטן אייבערשטן הילף צו אלעמענס צופרידנהייט.
דער בית המדרש איז געווארן אהער געשטעלט געשמאק שיין און רחבות'דיג מיט פלאץ פאר איבער הונדערט מתפללים, און ווערט דערמיט דער זיבעטער בית המדרש וואס באדינט אנשי שלומינו אינעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס וועט זיכער זיין א מאגנעט וואס וועט צוציען פילע אידן סיי במשך דעם יאר, און נאך מער אין די זומער חדשים וואס וועלן זוכן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען.
די אנטוויקלונגען זענען עדות צו די געוואלדיגע וואוקס אין בלי פונעם הייליגן שטעטל, וואס איז געבויעט אויף די איין זאך "צדיק באמונתו יחיה" אז אלע אונזערע מעשים, תורה, תפלה, חסד, חינוך און אזוי ווייטער און אפילו ווען מיר גייען ארויס פון בית המדרש מען דארף ארבעטן, איינקויפן, פארברענגען, די קינדער גיין שפילן זאל אלעס גיין מיט אמונה, און אלץ און איבעראל זאל מען געדענקען אז נאר צו אים און נאר פון אים קען מען בעטן.
ווי געזאגט איז אין צוגאב צו די נייע בית המדרש וואס ווארט נאך אויף עלעקטעריציטעט, אפערירט שוין אינעם שטעטל זעקס הערליכע געשמאקע שולן ווי מען דאווענט און מען לערנט און מען הערט שיעורים פון די גבאים אין גמרא, און אום שבת קודש לערנט מען פאר דארט א שיעור אין סיפורי מעשיות נאך שחרית, און ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה וואס איז מחזק און מעורר אויף דעם וועג וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס.
די ערשטע זעקס שולן זענען ווי פאלגענד:
- בית המדרש היכל הקודש וואס געפונט זיך אויף האשקי רד. אין די אונטערשטע שטאק פונעם שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א.
- בית המדרש אשר בנחל אויף דענמען רד.
- בית המדרש עצתו אמונה אויף טווין ברידש רד. אונטערן הויז פון מו"ה יואל שניטצלער הי"ו.
- בית המדרש מקור השמחה אויף מארקס סט.
- בית המדרש פעולות הצדיק אויף רעדקליף רד. וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט אוועקגעגעבן פון זיין שטוב.
- בית המדרש ליקוטי מוהר"ן אינעם בנין פונעם תלמוד תורה אויף טשעסטנאט סט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון דעם שעטעל זאל ווייטער ארויס שיינען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, מען זאל זיך קענען דארט מחזק זיין מיט די עצות פונעם הייליגן רבי’ן וואס לערנט אונז וויאזוי צו לעבן א פיינעם געשמאקן לעבן מיטן אייבערשטן.