געלויבט דעם אויבערשטן אז אויף דעם יום טוב פסח, וועלן פילע אנשי שלומינו זיך קענען מחי' זיין מיט א פרישע תורה פון הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט נארוואס געענדיגט שרייבן.
 
דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט געטליכע ספרים, שטיקער פייער, בפרט די הייליגע תורות אין ליקוטי מוהר"ן, וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.
 
ווי גרויס דאס איז דאס לערנען דעם הייליגן ספר, אזוי גרויס זענען די מניעות, איינע פון די שוועריקייטן איז די טיפקייט פון די תורות (בפרט אינעם ערשטן חלק) וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען שווער פארשטיין, בפרט אין אנפאנג ווען מען איז נאכנישט געוואוינט דערין, דער רבי בויעט אויף הערליכע קאמפליצירטע בנינים ציגל נאך ציגל, צימער נאך צימער, שטאק נאך שטאק, און בנין נאך בנין, און דערנאך ברענגט דער רבי צוזאם דעם גאנצן קאמפלעקס אויף גאר א וואונדערליכע וועג. דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן צו שרייבן א פירוש אויף פשוט אידיש, כדי מיר זאלן קענען ארויסנעמען פון די תורות גאר שיינע עצות חיזוק און הדרכה, און אויך זוכה זיין צו לערנען דעם הייליגן ספר.
 
דאס מאל איז געקומען די רייע אויף סימן ז', וואס איז פול מיט גילוי אלקות, גילוי האמונה. מיר וועלן דא ברענגען א קיצור פון די תורה, לויט וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א איז עס מפרש, פארשטייט זיך דער רבי ברענגט ראיות און פסוקים צו יעדע זאך וואס ער זאגט, אבער מיר וועלן פרובירן ארויסצונעמען א תמצית ביקוצור נמרץ. 
 
דער רבי הייבט אן מיט א חז"ל אז סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב בכל המצוות, ווייל עס שטייט אשר תשים "לפניהם". דערנאך ברענג דער רבי א מכילתא אז פון דעם זעלבן פסוק לערנט מען ארויס אז מען דארף לערנען מיט תלמידים אז זיי זאלן פארשטיין קלאר.
 
דער רבי וויל צוזאם ברענגען ביידע פשטים. זאגט דער רבי אז "גלות" מיינט עס "פעלט אמונה", און וואס איז "אמונה"? "תפלה", בעטן דעם אויבערשטן, א מענטש בעט דעם אויבערשטן וועט ער זען "נסים" למעלה מדרך הטבע, און פאר דעם דארף מען אמונה אויף תפלה, ווייל אז ער גלייבט אז ער קען פועלן, וועט ער בעטן. אמונה, תפלה, נסים - זאגט דער רבי - קען מען נאר אין "ארץ ישראל", וואס דארט גייען ארויף די תפלות, און דאס איז פארוואס יעקב אבינו מיט די אידישע קינדער האבן געדארפט גיין קיין גלות מצרים, ארויס פון ארץ ישראל, ווייל ער האט געפרעגט "במה אידע". יעקב אבינו מיט זיינע צוועלף קינדער - צוועלף נוסחאות התפלה - האבן געדארפט גיין קיין מצרים, וואס מצרים איז פארקערט פון נסים אמונה און תפלה, זיי גלייבן נאר אין טבע מקרה מזל.
 
דער רבי זאגט ווייטער, אז בכלליות גלות ווערט אנגערופן "מצרים", ענגשאפט, די מח ווערט ענג, מען האט נישט קיין אמונה, איז מען אין גלות. און ביאת המשיח און די גאולה ווענדט זיך אין די אמונה.
 
אבער וויאזוי באקומט מען אמונה? - פרעגט דער רבי - דורך "אמת", און צו האבן אמת מוז מען האבן א "צדיק", און פאלגן זיינע עצות; און ח"ו פארקערט אויב מען נעמט עצות פון רשעים ווערט מען איינס מיט'ן רשע. וויאזוי קען מען זיך ראטעווען פון הערן עצות פון א רשע? זאגט דער רבי מצות "ציצית" ראטעוועט דעם מענטש פון "ניאוף" - עצת הרשע. ווי עס שטייט אין פרשת ציצית "ולא תתרו אחרי לבבכם", ווייל די אויגן ברענגט אלע עבירות ר"ל.
 
דער רבי ברנעגט די גמרא (ב"ב ע"ד) אז א סוחר האט געוויזן פאר רבה בר בר חנה דעם בארג סיני, ער האט געזען עס איז ארום גענומען מיט עגדיסן זיי שטייען ווי ווייסע אייזלען, ער האט געהערט א בת קול, דער אויבערשטער קלאגט "וויי איז מיר אז איך האב געשוואוירן [אז אידן זאלן גיין אין גלת, רשב"ם], ווער קען עס מיר צושטערן", טייטש דער דער הייליגער רבי, "הר סיני" מיינט תרי"ג מצות - "עצות פון צדיקים", די "עגדיסן" ארום דעם בארג זענען "עצות פון רשעים" וואס שטערן פון קומען צום צדיק, רבה בר בר חנה זאגט דערויף, זיי זענען געשטאנען ווי "ווייסע אייזלען", דאס מיינט די מצוה פון "ציצית", וואס היטן אונז אפ פון די לצים עצות פון רשעים און ניאוף, און דערפאר קלאגט דער אויבערשטער, וויי אז איך האב זיי געשיקט אין גלות ווייל אידן זענען מקיים מצות ציצית וואס ברענגט די גאולה.
 
דער רבי ברענגט צוזאם ביידע פשטים פון חז"ל אויף אשר תשים "לפניהם", אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע שפירן דעם אויבערשטן.
 
דערנאך איז דא נאך הערליכע "השמטות" אויף די תורה, הערליכע זאכן וואס לוינט זיך אריינצוקוקן דערין.
 
פון די תורה קען מען ארויסנעמען זייער אסאך, צווישן זיי דער יסוד אז מען מוז האבן א צדיק, און אים פאלגן, די גרויסקייט פון אמונה, די גרויסקייט פון תפלה, זיך פרייען מיט מצוות ציצית, ווי שטארק מען דארף שטיין ווייט פון עצות פון רשעים, ווי שטארק מען דארף היטן די אויגן, און עצות וויאזוי ארויסצוגיין פון גלות, צו באקומען אמונה, און געראטעוועט ווערן פון עצות פון רשעים.
 
כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה