אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט אין וויליאמסבורג אין בעפארברייטונג צום מסיבה לטובת כולל היכל הקודש
כה חשון תשפ"ב 📝
קרעדיט: מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו
דער בארימטער כולל היכל הקודש, דער שפיגעלע פון מוסדות היכל הקודש, דארף נישט קיין גרויסע ערקלערונגען. אין דעם כולל גייט מען נישט ווייל מ'דארף געפעלן פאר די ווייב'ס חבר'טעס אדער ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן. דא זיצן אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזען אויף זיי אן אמת'ע פאטענציאל צו זיין די קומענדיגע דור פון דיינים, מורי הוראה, שוחטים, א.א.וו. וואס זיצן באמת באהלה של תורה, און ווייסן נאר פון די ד' אמות של הלכה.
ווי יאר יערליך גרייט מען זיך פאר א גרויסארטיגע מסיבה לטובת דעם הייליגן כולל אין וויליאמסבורג וואס וועט בעז"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה אליעזר שטרויס הי"ו, און בכדי צו אנצואווארעמען דעם ציבור אנשי שלומינו, טוט דער כולל רופן דעם ציבור צו א "מסיבת הכנה" מיטן ציל אויפצוארבעטן די מאקסימום שטיצע צום בעפארשטייענדן טיי אווענט. דער מסיבה וועט בעז"ה פארקומען דעם מיטוואך פרשת תולדות 8:00 אין שטוב פון מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 562 ווילאָבי עוו. #3 (צווישן מארסי און טאָמפּקינס עוו.).
פיינע געשמאקע מאכלים קאלטס און ווארעמס - בשר ודגים וכל מטעמים וועט בעז"ה סערווירט ווערן.
דער בארימטער "כולל היכל הקודש" ווערט פינאנצירט דורך די גוטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס פארשטייען די חשיבות פון די אינגעלייט תלמידי חכמים ולומדי תורה, אידן וואס ווילן האבן די זכיה צו מנדב זיין פארן כולל, קענען דריקן אויף דעם לינק thekolel.com, אדער קען מען רופן מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו אויף 347-675-8187 אדער 347-585-6166.