אנשי שלומינו וועלן מחזק זיין מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן אין מאנסי
ח טבת תשפ"ה 📝
גרויס עקסטאז הערשט ביי אנשי שלומינו זיך גרייטענדיג צום ערשטער דינער פאר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס, די הייליגע מוסדות בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל וואס גייט שוין אן פאר עטליכע יאר צום גוטן, וואס פון איין זייט געבט עס ארויס הערליכע זאפטיגע פרוכט, זרע ברך השם, אינגלעך, מיידלעך און בחורים יראי השם וואס דינען דעם אויבערשטן בתמימות ובפשיטות; אבער פון די אנדערע זייט איז די יקרות אין ארץ ישראל גאר שטארק, און דאס איז גורם אז מען מוטשעט זיך זייער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלט.
ווען עס קומט דער יארצייט פון גרויסן תלמוד פון הייליגן רבי'ן דער גרויסער רבי נתן זי"ע, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו ווידמען דער יערליכער יארצייט סעודה, אז עס זאל דינען אלץ א דינער צו שטיצן די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל. דער הייליגער רבי נתן וואס האט אוועקגעשטעלט און אויסגעטרעטן די וועג פון הפצה, אויף אזוי ווייט אז זיינע לעצטע ווערטער אויף דער וועלט איז געווען איבער הפצה - ווי שטארק מען דארף זיך אנשטרענגען בגוף בטרחה ובממון צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס לימודים אויף דער וועלט. קען נישט זיין פאסיגער פון שטיצן אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס פלאם אויף די לענג און ברייט פון ארץ ישראל אויף אן אופן וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט.
עס איז אומגלויבליך ווי א מוסד וואס האט זיך אנגעהויבן מיט קוים דריי יאר צוריק דורך צוויי קינדער, איז זיך צואוואקסן אין די קורצע צייט צו זיבן באזונדערע מוסדות אין דריי שטעט איבער ארץ ישראל מיט איבער הונדערט תלמידים ותלמידות. און עוד ידם נטויה, עס ווערט ערווארטעט א פלייץ פון נאך פילע פרישע תלמידים אין די נאנטע קורצע תקופה, וואס דארף א שטארקע פינאנציעלע יסוד מען זאל קענען אקאמאדירן די אלע פרישע תלמידים ותלמידות בסייעתא דשמיא.
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף ווארט מארגן אפ פאר אנשי שלומינו א גאר געלונגענע און אינטערעסאנטע פראגראם. אלע אנשי שלמינו זענען געלאנדענט אנטייל צו נעמען און הנאה האבן ברוחניות ובגשמיות. דער מסיבה וועט פארקומען ליל שישי פרשת ויחי אור ליום עשרה בטבת יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי נתן זי"ע, אינעם גרויסן זאל פון עטרת חיה שרה אין מאנסי. וויבאלד פלאץ איז באגרעניצט, איז עס באשטימט בלויז פאר מענער, און בלויז פאר ערוואקסענע.
פתיחת האולם: די טירן וועלן זיך בעז"ה עפענען אום 8:00.
יושב ראש: אום 8:15 וועט דער נועם בחסד עליון הרה"ח ר' מענדל קאהן שליט"א עפענען דעם אווענט מיט פאסיגע בליציגע ווערטער, און וועט מהנה זיין דעם ציבור במשך דעם נאכט.
נואם הכבוד: אום 8:30 וועט ארויפקומען א חשוב'ער גאסט, א טאטע פון א תלמוד הישיבה העסקן המפורסם הרה"ח ר' יונתן שווארטץ שליט"א וואס וועט איבערגעבן גאר אינטערסאנטע דעטאלן עדות'שאפטן וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט. א דרשה וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן.
דראמאטישע פרעזענטאציע: אום 8:45 וועט פארגעשטעלט ווערן פארן ציבור א העכסט דראמאטישע פרעזענטאציע "דאס לעבן אין די מאה שערים'דיגע געסאלאך" וואס וועט האלטן אלעמען געשפאנט פאר איבער א האלבע שעה.
ערשטמאליגע באריכט: אום 9:15 וועט מען הערן א קורצע און דעטאלירטע באריכט פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א וואס וועט אויפטרעטן און פארציילן ערשטמאליגע אינטערעסאנטע פאקטן איבער די מוסד.
דרשת חיזוק: אום 9:30 וועט מען האבן די זכיה צו הערן א שיינע שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער וואס מיר קענען ארויסנעמען פון הייליגן רבי נתן, און חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.
צייטליכע סקעדזשול: מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען זיך האלטן גאר שטארק צו א פריע סקעדזשועל, כדי מען זאל קענען בענטשן בעז"ה אום 10:00, און אלע זאלן קענען אהיים גיין אין צייט און נישט דארף ווערן אויפגעהאלטן אין די נאכט אריין.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם מסיבה זאל ארויסקומען א כבוד שמים, און מיר זענען זיכער אז אלע משתתפים בגוף ובממון וועלן אהיים גיין מיט פילע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.