אנשי שלומינו וועלן מסיים זיין ירושלמי ברכות דעם עש"ק
כד טבת תשפ"ג 📝
אין די טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער ערשטער מסכת אין ש"ס - מסכת ברכות אינעם ראם פון דף היומי ירושלמי. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען האט געלערענט יעדן טאג א בלאט ירושלמי, אריינגערעכעט אין פארנועמענע טעג ווי ביי שמחות, און ימים טובים און אזוי ווייטער.
עס מאכט זיך פיל מאל אז סוף טאג אפילו מען האט געגעסן דריי פולע סעודות, שפירט מען זיך הונגעריג, מען גייט צו צום פריזער, צום קעבינעט, מען זוכט עפעס עסן, אבער ניין, עס האט נישט געזעטיגט, און מען פרובירט צו דערגיין "איך האב היינט פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך עפעס פעלט מיר?" ער שפירט זיך נאך מער אנטוישט ווען אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון.
מוהרא"ש פלעגט אסאך מאל זאגן אז "פונקט ווי דער גוף דארף עסן, ער דארף א פיינעם פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט". "די זעלבע זאך" - פלעג מוהרא"ש זאגן - "איז מיט די נשמה". "די נשמה דארף אויך עסן, זי דארף א פרישטאג - א בלאט גמרא, אזויך אויך א סאַפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה הונגערן, וועט עס אויסקלאפן אויך אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפּירן מינדערוויכטיג און ליידיג". מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאַפּן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא.
מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז ראשי תיבות די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס אז א מענטש לערנט יעדן טאג גמרא, היטן זיי דעם מענטש.
פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא.
די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת פאה וואס מען הייבט יעצט אן.
כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה