נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע סעודת הילולא לרגל דעם עלפטן יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן, מוהרא"ש זי"ע די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין די זאלן פון וועלי טערעס אין מאנסי, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך פארזאמלט א גרויסער עולם, תלמידי היכל הקודש, זיך צו שטארקן און ווייטער גיין אין דעם וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז אויסגעלערנט, ספעציעל אין דעם ענין פון "הפצה" – צו פארשפרייטן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן. דאס איז געווען מוהרא"ש'ס עיקר זאך אויף וואס ער האט געשטרעבט א גאנץ לעבן. שוין פונעם ערשטן מאמענט וואס ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, האט ער זיך פארגענומען אז ער וועט נישט רוהן ביז מ'וועט קענען באקומען דעם רבינ'ס הייליגע ספרים איבער די גאנצע וועלט, אז ס'זאל זיין גרינג פאר יעדן איינעם דאס צו געפינען.
 
ער האט אליין געוואוסט ווי שטארק ער האט זיך געמוטשעט ביז ער האט געפונען א ספר פונעם רבי'ן, און ער האט געזען וואס פאר א געוואלדיגע השפעה די עצות האבן געהאט אויף אים. ער איז פארוואנדלט געווארן פון א בחור וואס האט נישט געקענט זיצן אויף איין פלאץ און האט נישט געהאט קיין געדולד אדער געפיל צום לערנען, צו א איד וואס איז אינגאנצן דבוק אינעם אויבערשטן און לערנט פלייסיג א גאנצן טאג. ער האט געוואלט אז יעדער איינער זאל האבן די מעגליכקייט צו זען דעם דאזיגן ליכטיגקייט.
מ'האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, און דער יושב ראש, דער טאלאנטפולער יונגערמאן הרב אליעזר זיסער ווערטהיימער, האט מייסטערהאפט געפירט דעם גאנצן אוונט.
 
דערנאך האט דער עולם געהאט די געלעגנהייט צו הערן הארציגע און קונסטליכע גראמען פונעם באליבטן ר' מרדכי לייב טעננער, וועלכער האט אראפגעמאלן דאס לעבן פון מוהרא"ש זצ"ל און שיין ארויסגעברענגט וויאזוי ער האט באוויזן איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן אין זיין לעבן און אויספירן זיינע רצונות, און דאס אלעס נאר דורכ'ן כח התפלה וואס האט אים שטענדיג באגלייט.
 
נאכדעם האט מען געהערט א באריכט פונעם גבאי ר' לייבי ראטה, וועלכער האט ארומגערעדט איבער אלע פעולות פון "קרן הדפסה". ער האט פארגעלייגט א באריכט פונעם בודזשעט אינאיינעם מיט די פלענער אויף ווייטער און פארשידענע נייע פראיעקטן וואס די קרן פלאנט אויסצוברייטערן מיט די הילף מיטן אייבערשטנס הילף. ער האט אויך מיטגעטיילט פערזענליכע מעשיות פון ישועות און עדות'שאפטן פון מענטשן וואס האבן געזען ישועות למעלה מדרך הטבע דורכן מנדב זיין צו דרוקן א ספר, א זאך וואס מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז מ'וועט זען א ישועה דורך דעם.
 
שפעטער האט מען געהערט פייערדיגע דיבורים פונעם באקאנטן משמח אלקים ואנשים מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש, וואס איז וועלט-בארימט מיט זיין טאלאנט צו פירן גרויסע מעמדים. ער האט אויפגעברענגט זיינע זכרונות פונעם ראש ישיבה פון יארן צוריק און וואס ער האט אלס בייגעוואוינט, און ארויסגעברענגט וואספארא געוואלדיגע זכיה דאס איז פאר אים צו זען היינט, נאך אזויפיל יארן, אז טראץ אלע רדיפות וואס ער איז אדורך, זעט מען היינט וויאזוי ס'איז אויסגעוואקסן אזא שיינע אימפעריע מיט הונדערטער תלמידים. ער האט באזונדער ארויסגעהויבן די זכיה וואס אנשי שלומינו האבן צו קענען שטענדיג הערן דעם ראש ישיבה שליט"א און זיך מחיה זיין מיט די זיסע עצות.
 
נאך דעם האט דער עולם מיט גרויס דארשט אויסגעהערט די ווארימע דיבורים פון דעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה. דער ראש ישיבה האט ברייט ארומגערעדט און מסביר געווען וואס מוהרא"ש האט געוואלט פון אונז, וואס עס מיינט צו זיין א תלמיד פון היכל הקודש, די וויכטיגקייט פון רעדן צום אייבערשטן, דעם סדר הלימוד, שלום בית, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די רייכע ירושה וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז איבערגעלאזט און געמוטיגט דעם ציבור זיך צו טיילן דערמיט.
 
דערנאך האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט פרישקייט ווייטער צו גיין אויף דעם דאזיגן זיסן און לעכטיגן וועג.