אנשי שלומינו זענען שטארק אקטיוו צו העלפן אידישע קינדער בשעת מלחמה
ט חשון תשפ"ד 📝
רעדנדיג צו אנשי שלומינו אין ארץ ישראל צו הערן וויאזוי מען גייט אן אין די צייט פון די מלחמה, וויאזוי עס אפעקטירט די ערליכע אידן בכלל און אנשי שלומינו בכלל, האבן זיי נישט געוויסן פון וואס מיר רעדן.
אנשי שלומינו זאגן אז די מלחמה האט זיי בכלל נישט אפעקטירט, זיי זענען פארנומען מיט לערנען, דאווענען, און אויב עס האט עפעס אפעקטירט האט עס נאר אפעקטירט די הפצה און מחזק זיין אנדערע.
יעצט איז א צייט וואס אלע דרשנים זענען שטיל, אידן זענען פארפאניקט און דערשראקן פארשפארט מיט דריי שלעסער, און די ווארטזאגערס פון כלל ישראל האבן נישט וואס צו זאגן, יעצט קוקן אלע ארויס אויף די מפיצים, אפילו די וואס אין אלגעמיין האבן זיי נישט קיין געדולד צו די גליונות "פארוואס דארף מען עס בכלל? ווער דארף חיזוק?", אבער יעצט איז אן אנדערע פרשה, אלע שלונגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון רבין וואס איז כמים קרים על נפש עייפה.
תלמידי היכל הקודש אין ארץ ישראל זענען נאך מער פארנומען די טעג זיי גייען ארום פון שטוב צו שטוב און זענען מפיץ די גליונות ספרים און סידיס, און בפרט האט מען יעצט געלאזט דרוקן א נייע קארטל "די מצב איז שרעקליך" און אין לשון הקודש "המצב משתק אותך" וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען, און זיי באקומען דעם אדרעס וואו זיך צו ווענדן פאר טערעפי פאר די נשמה, וואס איז אמונה אמונה און נאכאמאל אמונה, אידישע קינדער ווילן בלויז הערן איין זאך אין די טעג "דער אויבערשטער פירט די וועלט, האב נישט קיין מורא פון קיינעם".
אזוי אויך כאפן זיך אלע צו צו די באקאנטע קמיע וואס מוהרא"ש האט געמאכט ביים אינטיפאדא ווען די אראבער האבן זיך דאן אויך צולאזט און אויפגעריסן פילע באמבעס פון וואס אסאך זענען נעבעך געשעדיגט געווארן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט טראגן דעם קמיע איז ער מבטיח אז ער וועט נישט געשעדיגט ווערן.
אויך איז מען געגאנגען מחזק זיין אין די שפיטעלער ווי עס געפונען זיך ליידער פילע פארוואנדעטע און צובראכענע אידן, ווי מען האט דערפרייט די פאציענטן וואס האבן זיך מחיה געווען מיט די פרייליכע פנים פון אנשי שלומינו, וואס גיסן אריבער חיזוק אמונה און שמחה צו אלע ארומיגע.
🛒 קמיע פון מוהרא"ש צו קויפן