פון אוקריינא קומען אן שמועות רחוקות איבער א מלחמה צושטאנד וואס הערשט אין לאנד. אויך הערט מען איבער צומישטע באריכטן איבער באמבאדירונגען וואס זענען געווען אין פילע שטעט אין אוקריינא, אידן אין אוקריינא פארציילן איבער שווערע שלאכטן וואס קומען פאר צווישן די רוסישע און אוקריינישע מיליטערלייט.
 
אידן פון די גאנצע וועלט זענען מתפלל בשלום אחינו בני ישראל צענדליגע טויזנטער אידן וואס וואוינען אין פילע שטעט איבער אוקריינא, מען בעט אז דער אייבישטער זאל זיי אפהיטן פון יעדע צער און שאדן בגוף ונפש.
 
ביי אנשי שלומינו חסידי ברסלב, ברענגט דער צושטאנד אז מען זאל פריש אנהייבן מתפלל זיין אז דער מצב אין אוקריינא זאל זיך איינשטילן און עס זאל הערשן פרידן איבער די וועלט, און די גרעניצן זאלן זיין אפן פאר די צענדליגע טויזטער וואס ווילן קומען צום היייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה הבעל"ט.
 
ברסלבע חסידים ווייסן, אז מען קען סייווי נישט אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה אָן תפילות, ווי יעדער פערזענליך זעט ביי זיך קען יעדער שרייבן יעדעס יאר באזונדער א גאנצע בוך פון די פילע מניעות און שטיינער וואס דער סמ"ך מ"ם האט אים אונטערגעשטעלט צו שטערן פון אנקומען צום רבין; אבער פון די אנדערע זייט קען מען פארציילן נאך אסאך מער מעשיות פון תפלה ווי נאכדעם וואס מען האט נישט אויפגעגעבן און מתפלל געווען איינמאל און נאכאמאל, וויסענדיג אז דער אייבישטער ווארט סך הכל אויף אונזערע תפילות, האט דער אייבישטער געהאלפן און מען איז אלעס איבערגעקומען.
 
דערפאר דארפן מיר זיך מחזק זיין און געדענקען אז דער מצב וויל אונז נאר דערמאנען אז מען דארף זיך נאר ווענדן צום אייבערשטן וואס ער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און זיך אויפוועקן פון שלאף און נאך מער מתפלל צו זיין און בעטן פאר די אידן אין אוקריינא הנתונים בצרה, און אין די זעלבע צייט בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבינ'ס ציון אויפן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, און מיט דעם באקומען די גרויסע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט.
 
אחינו כל בית ישראל... המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה השתא בעלגא ובזמן קריב, אמן!
 
📰 דרשות פון ראש ישיבה אויף USB שוין דא צו באקומען!