איינע פון די גאר גרויסע חסד פעולות וואס ווערט געטון דורך אנשי שלומינו אין שטעטל איז די כסדרדיגע באזוכן די אידן וואס זיצן אין תפיסות וואס זענען אין די אומגעגענט פונעם שטעטל.
 
אין עטליכע טורמעס אין די געגענט זיצן ליידער מערערע אידן לא עלינו, און טייל פון זיי זענען זייער ווייט פון זייערע קרובים, וואס וואוינען די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און ווען נישט די טייערע ברסלב'ע וואלונטירן קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין וואכן חדשים און יארן וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, זייענדיג ארומגענומען מיט נידעריגע פארברעכער און סאדיסטישע וועכטער וועלכע זוכן בלויז זיי צו דערנידערן זייער געמוט.
 
די באזוכער דערציילן ווי די באזוכן געבן פאר די אידן פרישע חיות אנצוגיין. און די פעולות גיין שוין אן פאר לענגערע צייט.
 
די וואך האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א פארבונדן מיט אונזער חבר מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, וואס איז איינע וואס גייט באזוכן כסדר די אידן אין תפיסות, און אים געזאגט אז ער וויל אויך האבן די מצוה פון גיין באזוכן אין די תפיסות. און מען האט אפגעשמועסט אז יעדן זונטאג וועט ר' מיכל טראגן דעם ראש ישיבה שליט"א מחי' זיין די עלנדע אידן. ר' מעכל נ"י פארציילט אז די באזוכן פונעם ראש ישיבה האבן ממש אויפגעלעבט די צובראכענע אידן.
 
עקסטער פון דעם טוען די מפיצים אויך די זעלבע פעולה, דורך דערפרייען אידן וואס זיצן אין זייער אייגענע תפיסה אין וואס דער סמ"ך מ"ם האט זיי אריינגעלייגט, זיי זענען נעבעך געבינדן צו פיער פרעשור וואס די שכינה וועט טראכטן, זיי גייען ארום מיט אומזעבארע קייטלעך אויף זיך. און די מפיצים גייען ארום אין די קאנטרי'ס און ביי גראסעריס, וואס טוט זיי מחי' זיין מיט די קונטרסים וואס געבן זיי אמונה און חיזוק, און טוט זיי בוכשטעבליך באפרייען פון זייערע קייטן.
 
מִי שֶׁמְּרַחֵם עַל הַשְּׁבוּיִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַצִּילוֹ מִמִּיתָה (ספר המידות, חלק א' ערך פדיון שבוים)