אינעם מכתב יומי היינטיגן טאג (מאנטאג שלח), איז דער ראש ישיבה מעודד מען זאל שוין מאכן פלענער צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה הבעל"ט, דער ראש ישיבה שרייבט "אין ספר חיי מוהר"ן איז דא א גאנצע קאפיטל איבער דאס גרויסקייט פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם."
 
ווייטער שרייבט דער ראש ישיבה "נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה."
 
דער ראש ישיבה פאדערט ווייטער אויף אז מען דארף שוין צוגרייטן די "מתנות" צו ברענגען פאר'ן רבי'ן אויף ראש השנה. ווען מען קומט צו גאסט צו איינעם - פירט מען זיך אז מען ברענגט עפעס א טשאקאלאד, א קעיק א.ד.ג., ביי ברסלב'ע חסידים איז איינגעפירט אז מען ברענגט עפעס א מתנה פאר'ן הייליגן רבין. דער ברענגט סעטס משניות, איינער ברענגט א סיום אויף ספר ליקוטי מוהר"ן, און ביים ציון פון הייליגן רבי'ן פארציילט מען אלע סיומים וואס מען האט זוכה געווען בזכות מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן.
 
דער ראש ישיבה רעכט אויס אינעם בריוו אלע שיעורים וואס א ברסלב'ע חסיד מאכט זיך, די ערשטע שיעור איז מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל און ענדיגן אויף סוף וואך, דערנאך רעכט דער ראש ישיבה אויס נ"ך, משניות - אויב מען קען אכצן פרקים א טאג "ווי גוט און ווי זיס" שרייבט דער ראש ישיבה. בבלי, ירושלמי, תוספתא, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן און ליקוטי הלכות. "דאס זענען די פופצן שיעורים וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג." פירט דער ראש ישיבה אויס.
 
אנשי שלומינו מאכן תפילות מען זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן און דורכגיין אלע שוועריקייטן גרינגערהייט.