אין די יעצטיגע טעג קומען פאר וואלן אין אלע סטעיטס אין אמעריקע, אויך אין ניו יארק קומען פאר וואלן פאר פילע אמטן אויף די פארשידענע שטאפלען פון די רעגירונג, סיי פעדעראלע, סטעיט, און לאקאל.
 
אין קרית ברסלב קומען די איינוואוינער ארויס שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט אינדארסירט, לויט ווי זיי האבן פארשטאנען איז פאר די טובה פאר די וואוקס און די הצלחה פונעם שטעטל.
 
ביים פארמעסט פונעם ניו יארק סטעיט סענאט האט די הנהלה האט געבעטן מען זאל שטיצן דעם אמיטרנדער סענאטער טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. אנשי שלומינו געדענקען וואס מען איז דורכגעגאנגען פאר צוויי יאר צוריק, אין די "קאראנע תקופה" ווען אלע שטאטישע אפיסעס זענען געווען פארמאכט. און טראץ דעם וואס פילע לענדער ארום די וועלט זענען געווען אפגעשפארט פאר באזוכער, האבן אבער אנשי שלומינו געמאכט פלענער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געבעטן אז קיינער טאר נישט פעלן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי אויך האט מען זיך אנגעגרייט בגוף ובממון צו דעם גרויסן נסיעה.
 
איין שטארקע שוועריקייט וואס האט זיך דאן געמאכט איז געווען אז די וואס האבן געדארפט באנייען זייער פאספארט, האבן עס נישט געקענט טון, צוליב וואס די פאספארט אפיסעס זענען געווען אפגעשפארט פאר זייער א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן עס שוין ענדליך געעפענט, זענען זיי געווען הונטערשטעליג מיט איבער א האלבע יאר ארבעט, און עס איז כמעט נישט מעגליך געווען צו באקומען א פאספארט אין ווייניגער פון עטליכע חדשים צייט.
 
דאן האט זיך סענאטאר שומער צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן די אלע וואס האבן שנעל געדארפט האבן דעם פאספארט, "דער שענסטער מידה איז הכרת הטוב" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, דערפאר האבן אנשי שלומינו אויסגענוצט די די געלעגענהייט און געשטימט פאר טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג אלץ דער פארטרעטער פון ניו יארק אינעם סענאט אין וואשינגטאן.
 
אין די זעלבע צייט ווען די אלגעמיינע גאס ווערט אינגאנצן פארשוועמט פון די וואלן, מענשטן ווערן אינגאנצן צוקאכט און מען שרייט "מען מוז שטומען פאר דעם און דעם אז נישט וועט די וועלט אונטערגיין", און דער אנדערער שרייט פונקט פארקערט, "רחמנא ליצלן מען מוז וואוטן פארן אנדערן!", האט דער ראש ישיבה געשריבן נעכטן צו אנשי שלומינו, אז מיר זאלן געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד, און נישט אריינפאלן אינעם "עלעקשאן פאניק" אין וואס די מידיא פרובירט אונז אריינצושלעפן, אט זענען די לעכטיגע ווערטער פונעם ראש ישיבה "לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס." "איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד."



ותטה לב המלכות עלינו לטובה