ספרינג וואלי. - גרויס פרייד הערשט ביי אנשי שלומינו, איינוואוינער פון ספרינג וואלי און די אומגעגנט, צו די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש היכל הקודש, וואס וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר די שטאט, זיך מחזק צו זיין אינאיינעם מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז.
 
דער נייער בית המדרש געפינט זיך אין צענטער פון ספרינג וואלי אויף 34 יוניאָן רד. פון ווי אומצאליג שעות תורה, תפלה, חסד, אמונה, חיזוק, און שיחות חברים וועט ארויסקומען, וואס וועט זיכער ברענגען א נחת רוח פארן אייבערשטן.
 
געלויב דעם אייבערשטן, אז עס גייט אן א הערליכע שיעור גמרא יעדע נאכט פון וואך. יעדן אווענט אום 9:00 קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם אינעם נייעם שול און מען לערנט אינאנייעם גמרא און דערנאך דאווענט מען אינאיינעם א געשמאקע מעריב. אזוי אויך אום שבת קודש ווען די תפילות שוין אנגיין, אבער דערווייל נאר פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווי מען וועט האבן די געלעגענהייט צו הערן שיינע דיבורים פון הייליגן רבין, און זיך קענען דערהאלטן אויפן גאנצן וואך.
 
אנשי שלומינו אין ספּרינג וואַלי האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט צו קענען דאווענען אינאיינעם, און האבן אריינגעגאסן אין דעם אן א שיעור תפלות צום אייבערשטן, און יעצט דאנקט מען דעם אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו דעם געשמאקן ווינקל זיך צו קענען האלטן אינאיינעם בדיבוק חברים, זיך שטארקן אינאיינעם צו שעפן ווייטער פון דעם ריינעם און לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן.
 
פתחו לי שערי צדק!