אנשי שלומינו אין ספרינג וואלי קומען זיך צוזאם שב"ק אויף שלש סעודות
ב חשון תשפ"ג 📝
שוין לאנגע יארן וואס עס גייט אן די בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, אנגעפירט דורכ'ן חשובן גבאי מו"ה חיים דוד ראזענבערג שליט"א, א פלאץ פאר אנשי שלומינו און פאר אלע אידן צו קומען זיך מחזק זיין מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער בית המדרש געפונט זיך אויף 32 דאָלסאָן ראוד, און איז א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגנט, מיט אלע תפלות אום שבת קודש.
אזוי ווי מאנסי איז אבער גאר א גרויסע שטאט, נישט יעדער קען אנקומען צום בית המדרש, האט מען זיך אנגעהויבן צוזאמקומען אויף שלש סעודות אויך אין ספרינג וואלי געגנט, מען קומט זיך צוזאם אין שטוב פון מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, אויף 8 קאָלינס עוועניו נאך מנחה, 40 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנרות.
ביי שלש סעודות רעדט מען גאר שיינע דיבורים, די הערליכע לימודים וואס דער ראש
ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון הייליגן רבי'ן, און מען באקומט פרישע חיזוק און
הדרכה פאר די גאנצע קומענדיגע וואך.
אנשי שלומינו אין די ספרינג וואלי געגענט בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען וועט קענען מאכן א געהעריגע שול ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, ווער עס האט א געדאנק קען זיך פארבינדן צום גבאי'ן אויף 845-445-9314.
חדו השתא בהאי שעתא דביה רעוא דרעוין ולית זעפין!