אנשי שלומינו פאקן זיך איין א גמרא מסכת זבחים אויפן וועג קיין אומאן
כב אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
מיר שטיין היינט בלויז צוויי טעג איידער מיר אלע לאזן זיך ארויס אויף די לאנג אויסבענקטע נסיעה צום הייליגן רבי'ן, די רייזע אויף וועלכע מיר האבן תפילות געגאסן, אזויפיל געבענקט, און אט שטייען מיר שוין כמעט דארט מיט'ן אויבערשטנעס הילף.
מיר נעמען שוין ארויס די רעצלעך, מען גרייט שוין אן די פאספארטן, די באן טיקעטס. דאס איז אבער נישט אלעס. מען פאקט אויך אריין דארט א מתנה צום רבי'ן. אנשי שלומינו נעמען מיט 2,153 בלאט גמרא וואס מען האט געלערענט יעדן טאג. אין רעגן אין שניי, פורים נאכמטיג, אדער ערב פסח, מען מאכט חתונה, אדער ח"ו ווען עפעס גייט שווער. אין יעדע פלאץ האט אונז די גמרא אזוי הארציג באגלייט.
דער בלאט גמרא פאראייניגט אונז אלע, דער פרישער כולל אינגערמאן, און דער פלאמבער מיט די בלויע העמד, דער פרייליכער מוזיקאנט, מיט'ן איבערגעטראכטער אדוואקאט, מיר אלע דארפן די הייליגע תנאים און אמוראים זאלן זיך אננעמען פאר אונז, און ממליץ טוב זיין פאר אונז אין די הייליגע טעג.
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט היינט אין א בריוו, און דערמאנט אונז אנצוהאלטן דעם הייליגן לימוד אויך אין די טעג וואס מיר פארן אויף די וועגן: "היינט זענען מיר מסיים מסכת הוריות, און מארגן הייבן מיר אן מסכת זבחים; איך וויל זייער זאלסט אנהייבן מארגן סדר קדשים מסכת זבחים און נעם פון די מפיצים א בית נצחי; אזוי וועסטו קענען מיטהאלטן די דפים ביי די נסיעה קיין אומאן, וועסט נישט ארויספאלן די אלע טעג וואס מיר פארן צום רבין"
דער ראש ישיבה דערמאנט אונז אז מיר חסידי ברסלב ווערן נישט אפגעשוואכט פון לימוד התורה ווען עס איז שווער צו לערנען, ווייל "אשרינו אז מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן אז מען זאל זאגן די ווערטער אפילו בלי הבנה, אפילו אן פארשטיין (שיחת הר"ן סימן ע"ו) דאס קען מען טון אונטערוועגנס אויך"
די אלע ווערטער פון די הייליגע תורה דאס איז אונזער אמת'ע פארמעגן, דאס איז אונזער רייכטום, און מיט דעם שטאלצירן מיר. אויב ביסטו פון די וואס קוקן זיך צו פון די זייט, און זענען נאך נישט ארויפגעשפרינגען אויפן באן - יעצט איז דיין צייט. היינט ענדיגט מען מסכת הוריות, און מיט דעם סדר נזיקין, און מארגן הייבט מען אן א פרישע סדר, סדר קדשים.
ווארט נישט קיין מינוט, פאק אריין אינעם רענצל און מסכת זבחים און לאמיר ברענגען דעם נייעם מסכת א מתנה פאר'ן רבין אויף דעם ראש השנה.