נאך כמעט דריי יאר זינט די גאנצע קהילה האט אנגעהויבן ש"ס אינאיינעם נאך דעם געהויבענעם סיום הש"ס, און נאך כמעט פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת כתובות.
 
אז מען מאכט א חשבון, האט מען זינט דאן שוין זוכה געווען צו דורכלערנען די 15 שיינע מסכת הש"ס ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, ראש השנה, יומא, סוכה, ביצה, תענית, מגילה, מועד-קטן, חגיגה, יבמות און יעצט כתובות, וואס דאס אלעס איז בסך הכל איבער טויזנט בלאט.
 
אנשי שלומינו וועלן פייערן דעם גרויסן מאמענט יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און דערמיט אריינלייגן אין די קינדער א שמחה של מצוה און א ליבשאפט צו די תורה, ווען די קינדער זעען ווי די עלטערן זענען אזוי פרייליך מיט די זכיה אז מען האט געענדיגט א מסכת. דער ראש ישיבה זאגט אז עס פעלט אפילו נישט אויס צו מאכן קיין גרויסע זאכן ביי א סיום, אפילו אויב מען קען פשוט לייגן אן אנדערן קאליר טישטוך אדער אפילו דעם שבת'דיגן טישטיך מאכט מען פרייליך און די סיום גייט אריין אין די ביינער פון די קינדער.
 
ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט, אין די פיר חדשים, זענען אנשי שלומינו געפארן קיין אומאן דורך די אלע וועגן און אומוועגן, מען איז דורך די פארנומענע סוכות טעג, אין די צייט וואס ווען דער שיינער מסכת, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג. 
 
יעצט איז די צייט אז אלע זאל יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן שיינעם מסכת נדרים, און נישט קיין חילוק צו מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור ביז יעצט צי נישט, צי מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו