אין פארזעצונג צום באריכט פון די ימים טובים אין שטעטל.



שבת חול המועד
דער שבת קודש איז דורך גאר פרייליך און געשמאק מיט גאר שיינע און ווארימע תפילות.
 
ביי די קידוש האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די הושענות וואס מען זאגט שבת, "הושענא יושבת וממתנת עד כלות שבת הושענא", וואס פון דא זעט מען די חשיבות פון א איד וואס היט שבת און טוט נישט קיין מלאכה גאנץ שבת. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט נאך א פשט וואס מען קען זאגן אויף דעם, אז דאס איז א תפילה וואס א איד בעט דעם אייבערשטן, "הושענא העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל נישט זיין פון די מענטשן וואס ווערן צופלאצט פונעם שבת, און ווילן נאר זיך ארויסזען דערפון, העלף מיר האבן א טעם אינעם שבת, עס זאל זיין א זאך וואס איך קוק ארויס דערויף ווען וועט שוין דער שבת אנקומען."
 
און אזוי ווייטער האט מען גערעדט גאר שיינע דברי חיזוק פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט.
 
הושענה רבה
זונטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען געליינט משנה תורה, דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין דער סוכה. ביי דער סעודה האט מען געזונגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה. מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפילה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל.
 
דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.
 
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג צווישן אנשי שלומינו.
 
הושענא רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות. צווישן יעדע שטיקל פון די הושענות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויף אן אנדערן ענין. די התעוררות איז געווען גרויס, אלע האבן תשובה געטון און געבעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיך קענען פארנעמען גוטע קבלות, און געבעטן אויף א גוט קוויטל פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל (מען קערן די דרשות אויף קול ברסלב).
 
צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די גרויסקייט און די חשיבות פון יעדע תפילה וואס א איד בעט דעם אייבערשטן. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען זיך צו מאכן א חשבון הנפש אויב מען דארף האבן א טעלעפאון אדער נישט. דאס איז נישט א זאך וואס מען קען אוועקנעמען פון א מענטש; דאס דארף יעדער מענטש זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן לויט זיין מצב. אבער דאס איז זיכער אז מען מוז זיך היטן די אויגן, וואס דאס איז דער יסוד פון א איד.
 
ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן. א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.
 
נאכן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות.
 
שמיני עצרת
שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד. מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
 
מ'האט געקענט זען אז אנשי שלומינו זענען באמת פרייליך מיט די תורה. ס'איז נישט קיין געמאכטע מעשיות וואס מ'טאנצט פאר א שטיק צייט און דערנאך לאזט דאס נאך. ניין! די טענץ און די שמחה האבן אנגעהאלטן פון אנהייב די ערשטע הקפות ביז די לעצטע הקפה פון שמחת תורה.
 
דער ראש ישיבה האט במשך די הקפות אריינגעברענגט א געוואלדיגע פרישקייט אין אלעמען און געזען אז מ'זאל טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, איש בל יעדר. דער ראש ישיבה האט זיך גאר שטארק אפגעגעבן מיט די חשוב'ע קינדער, געזונגען מיט זיי שיינע אידישע ניגונים, און געטיילט פיינע ממתקים פאר ווער עס האט שיין געזונגען.
 
שמחת תורה
שמחת תורה אינדערפרי, פאר יעדע הקפה, האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר דיבורים, ארויסברענגענדיג פארוואס מען טאנצט און וואס מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ביי די הקפה. יעדע הקפה איז דאך אנטקעגן אן אנדערע מדה, וואס דעמאלט בעט מען דעם אייבערשטן פאר יענע מדה. למשל, ביים דריטן הקפה וואס איז אנטקעגן תפארת, האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז תפארת איז צוזאמגעשטעלט פון חסד און גבורה. עס איז דא אמאל א מענטש וואס ביי אים איז אייביג חסד, עס גייט אים אלעס גוט. ווידעראום איז דא איינער וואס ביי אים איז גבורה, עס גייט אים ליידער נישט גוט. אבער פון די אנדערע זייט איז דא א מענטש וואס ביי אים איז תפארת - ער לעבט מיטן אייבערשטן סיי ווען עס גייט בחסד און סיי ווען עס פארט אויף די גבורה'דיגע וועג. אלץ ווייסט ער אז עס איז תפארת, עס איז שיין, ווייל דער אייבערשטער האט עס מיר געשיקט.
 
ביי איין הקפה האט מען געזונגען "נאך א בעיבי, נאך א בעיבי", האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן: "מיר זינגען דאס זייער געשמאק דא אין שול, אבער דער אמת'ער דאנק קומט זיך פאר די אידישע פרויען וואס געבן זיך אזוי אפ מיט די קינדער. עס זענען דא מענטשן וואס צוקריגן זיך בשעת א ברית ווייל מען האט זיי נישט געגעבן א כיבוד צו האלטן דאס בעיבי, וואס באמת איז דאס א גרויסע שטות. קענסט האלטן דאס בעיבי אינדערהיים בשעת עס וויינט, וויג עס און שאקל עס." דער ראש ישיבה האט געזאגט: "מען האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך בשעת מוהרא"ש איז אוועק. יענע מינוט האבן עפעס די בעיביס זיך גענומען וויינען. איך האב דאס געהאט ביי מיר, און אויך אנדערע אינגעלייט האבן מיר געזאגט אז זיי האבן דאס אויך געהאט, ווייל בשעת עס זענען דא דינים וויינען די בעיביס און מיט דעם גייען אוועק די דינים. די געטרייע מאמעס וויגן דאס קינד, שטייען אויף אינמיטן די נאכט צו בארואיגן דאס קינד. דאס נעמט אוועק אלע דינים פון אידישע קינדער."
 
במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר האבן מיט וואס צו פרייען זיך אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן. און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף דער וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט.
 
ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דעם חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו" - אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
 
מוצאי יום טוב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ אויפן ניגון "שובו לכם לאהליכם". מען האט זיך געזעגנט איינער פונעם צווייטן מיט א שמחה אז מען האט געהאט די זכיה זיך צו פרייען צוזאמען במשך דעם יום טוב.
 
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. עס וועט געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט. די דרשות פון חיזוק און התעוררות האבן זיכער עושה רושם געווען אויף אלעמען אויפן לאנגן ווינטער וואס קומט. מ'האט זיך גוט אויפגעפרישט די נשמה מיט די אלע תפילות און דרשות וואס מ'האט געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מ'האט זיכער גע'פועל'ט א גוט זיס יאר.