אנשי שלומינו פרייליך צו מסיים זיין מסכת נזיר און אנהייבן מסכת סוטה על סדר הש"ס
ח ניסן תשפ"ג 📝
עס איז באקאנט דער מדרש דער נאר גייט אריין אין בית המדרש און זעט די אלע ספרים און טראכט "איך וועל קיינמאל נישט קענען דאס אלעס ענדיגן, דאס איז נישט פאר מיר", אבער דער וואס איז קלוג זאגט "איין דף קען איך לערנען? וועל איך טון דאס וואס איך קען", דער מדרש איז געזאגט געווארן אויף אסאך מצבים און לעבן וואס דער נאר הייבט נישט אן ווייל ער וויל אלעס אויף איינמאל, אבער אויב וויל מען טון קלוג, טוט מען אביסל נאך אביסל ווי דער רבי זאגט "מעט גם גן טוב", בפרט ווען עס קומט צו לימוד התורה, וואס דער מדרש רעדט דאך ממש פון דעם דארף מען זיין קלוג און זיך רוקן טעגליך איין בלאט אויף אמאל, און עס נעמט נישט לאנג און ער וואקסט אויף א גרויסע תלמוד חכם.
יעדער איד האט אמאל גע'חלומ'ט פון ענדיגן ש"ס, אבער דער סמ"ך מ"ם מאכט עס אויסזען פאר אונז ווי אן אוממגעליכע זאך, סיי ווי גרויס דער ש"ס איז, און סיי אז מען דארף דורכאקערן און פארשטיין אזויפיל קאמפליצירטע מושגים, ער רעדט אונז איין אז ווילאנג מיר פארשטייען נישט יעדע זאך ביזן גרונט הייסט עס נישט געלערענט. דאס איז גורם אז אפילו די וואס הייבן שוין יא אן פאלן גאנץ שנעל ארויס ווען מען קומט אן צו די שווערע סוגיות פון ש"ס, אדער ווען עס מאכט זיך א שווערע דורכגאנג, אדער מען מאכט א שמחה, ימים טובים טובים טעג, דאס איז גורם פאר אסאך ארויסצופאלן פון וועג.
דערפאר פלעגט מוהרא"ש כסדר חזר'ן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער פון שיחות הר"ן סימן ע"ו ווי דער רבי שטעלט אוועק זיין "סדר דרך הלימוד" ווי דער רבי שרייבט "ווען מען לערנט דארף מען נישט מער ווי זאגן די ווערטער און דו וועסט עס שוין ממילא פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב דו וועסט עס נישט פארשטיין אויך דעמאלטס", פירט דער רבי איז "איז וואס? די מעלה פון לערנען אסאך איז אסאך גרעסער". מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן, קענסט איבערטייטשן די ווערטער פון הייליגן רבי'ן אין וועלכע שפראך דו ווילסט, קוק אריין אינעוויניג אין חיי מוהר"ן וועסטו זען דעם הייליגן רבי'ס סדר דרך הלימוד, וואס האט שוין געמאכט אזוי סאך אידן זיך צוריק קערן צו די תורה, און צום סוף זענען זיי טאקע אויסגעוואקסן א דאנק דעם סדר דרך הלימוד פאר גרויסע תלמידי חכמים.
פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן מיט'ן באן פון ש"ס די לעצטע דריי און א האלב יאר, איז דער מאמענט ווען מען ענדיגט דעם שיינעם מסכת נזיר א גרויסע שמחה, זיי זענען דורך 1,183 טעג פון לערנען יעדן טאג א בלאט פון ש"ס, און זענען דורך כמעט 45 פראצענט פון ש"ס. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז גוט אז אלע זאלן פראווען א סיום אינדערהיים מיט די משפחה, און די פרייען מיט די הייליגע תורה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן, דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע מתנה די הייליגע תורה, און די אלע ברכות וואס קומט פאר אונז דורכדעם.
די אלע וואס האבן נאכנישט אנגעהויבן דערווייל ש"ס, אדער פאר די וואס זענען ארויסגעפאלן אינמיטן וועג, זאגט דער ראש ישיבה אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט ארויפצוטאנצן אויפן באן ווען דער באן קומט יעצט אן צום פרישן סטאנציע מיט'ן אנהייבן פונעם שיינעם קורצן מסכת "סוטה" וואס מען הייבט אן מארגן ערב שבת הגדול. דאס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און אנהייבן צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, וואס ווי דער רבי זאגט איז דאס א שמירה פאר מענטש ווי דער רבי דרוקט זיך אויס "אז דער בלאט איז אויף דיר מגין, דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן". עס איז א שאד צו ווארטן מיט ש"ס נאך דריי יאר ביז מען וועט אנהייבן דער נייער סדר פון ש"ס, זאג נישט "כשאפנה אשנה שמא לא תפנה" וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן? דערפאר איז זייער גוט אנצוהייבן יעצט מיט'ן ציבור מסכת סוטה, און זיי וועלן ענדיגן ש"ס אין זיבן א האלב יאר פון יצעט ווען זיין וועלן ענדיגן מסכת נזיר.
מה אהבתי תורתך כל היום היא שחתי