אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת התורה צום סיום מסכת מגילה
ט שבט תשפ"ב 📝
אין די טעג טוען אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט פייערן דעם סיום מסכת מגילה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש טבת העעל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא.
דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן און אויף דעם וועבסייט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט מפורסם. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט.
יעצט ווען מען האלט דא איז די צייט צו דערמאנען די ווערטער פון ראש ישיבה ביים סיום פונעם פריערדיגן מסכת ווען ער האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד".
דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז לערנען א בלאט גמרא אינדערהיים איז שטארק מסוגל אויף שלום בית, "ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט, האט זיך אויף וועם ארויפצוקוקן"!
▶️ געשמאקע שיעורים אין גמרא פון ראש ישיבה
🛒 יעדן טאג פרישע סחורה אויף וועבסייט
🌳 ספר "ראש השנה לאלינות" $2.99