אנשי שלומינו קויפן א נייעם בנין פארן בארימטן קרן הדפסה היכל הקודש
כז תשרי תשפ"ב 📝
קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו
עס איז אומגלויבליך ווי שטארק דער קרן הדפסה אפאראט האט זיך פארשפרייט אין די לעצטע צייט. אבער ווען מען זעט די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים מיט וואס זיי פארפלייצן דער גאנצער אידישער וועלט, און לאזן נישט נאך, פארשטייט מען וויאזוי דער גרויסער וואוקס איז צושטאנד געקומען.
ווי די מפיצים געבן איבער ווערט די פארלאנג פאר די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, און אזוי איז דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש פשוט קליין געווארן אין די קורצע צייט. עס האלט ביי א מצב אז מען איז פשוט געצווינגען אריינצוגיין אינעם פרישן פראיעקט פון שאפן פלאץ צו פלאצירן די פילע פרישע מאשינען און ספרים וואס ווערן כסדר געדרוקט.
און ברוך השם אז אנשי שלומינו ווייסן אז היכל הקודש מיט הפצה איז איין און דער זעלבע זאך, און שפירן פאר א זכיה צו האבן א חלק אינעם נייעם גרויסן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט, און רופן זיך אן ווארים צום רוף פון די עסקנים פון קרן הדפסה צו נעמען א חלק אין אפקויפן און אהערשטעלן דעם נייעם בנין.
אין די טעג וואס אנשי שלומינו האבן געוויילט אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה, האט זיי אפגעווארט אן אנגענעמע איבערראשונג. מען האט געהערט די פרישע נייעס, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" איז נארוואס אריינגעגאנגען אין א קאנטראקט אפצוקויפן א פרישע גרויסער בנין, און דער נייער "המזכים" קאמפיין איז אריין אין שוואונג. אנשי שלומינו האבן זיך אביסל באקענט מיט די גרויסע אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה, מען האט געזען די בילדער פון די פילע מאשינען מיט וואס דער קרן הדפסה אפערירט, מען האט געזען די פלענער פאר די פילע פרישע מאשינען וואס קרן הדפסה פלאנט איינצוקויפן אין די נאנטע צוקונפט בעזרת השם יתברך.
פילע האבן זיך אויפן פלאץ אנגערופן מיט גאר שיינע סכומים. און פילע רופן כסדר אריין זיך צו נאכפרעגן וועלכע זכותים זענען נאך אוועליבל. אינגעלייט בעלי פרנסה קויפן זיך איין גרעסערע זכותים א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000, דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000.
מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500.
צו קויפן א זכות קען מען רופן די קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַטסעפּפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org
ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו