אנשי שלומינו קענען שוין געבן פדיון נפש דורך אונזער וועבסייט
כ אלול תשפ"ד 📝
ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן א "פדיון נפש", ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.
עס איז כדאי צו זען דעם לשון פון הייליגן רבי'ן אינעווייניג "שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁאָמַר: כְּשֶׁאָדָם שׁוֹאֵל לְהַצַּדִּיק אִם לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁיֵּשׁ בּוֹ מְסִירַת נֶפֶשׁ בִּשְׁבִיל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא רָאוּי לוֹ לְהָשִׁיב וּלְצַוּוֹת עָלָיו שֶׁלֹּא לַעֲשׂוֹת. וְאַף עַל פִּי כֵן הַשּׁוֹאֵל אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם דְּבָרָיו. כֵּן שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ."
דער הייליגער רבי נתן שרייבט ווייטער: "עוֹד שָׁמַעְתִּי בְּעִנְיָן אַחֵר: כָּל מַה שֶּׁהַצַּדִּיק מְצַוֶּה לַעֲשׂוֹת צָרִיךְ לְקַיֵּם, רַק כְּשֶׁמְּצַוֶּה שֶׁלֹּא לִסַּע עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, זֶה אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם."
און ער פירט אויס "עֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לִתֵּן עַל פִּדְיוֹן."
דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו ברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן וועלן מיר אלע אויך מקיים זיין די לעצטע ווערטער, און געבן א פדיון נפש ערב ראש השנה, און מען קען אויך זאגן פארקערט, איינער וואס וויל מקיים זיין די ווערטער פון רבי'ן און טון א מסירת נפש און קומען צום רבי'ן, און כאטש עס זעט אים אויס אז ער קען נישט, זאל ער געבן א פדיון, און דאס וועט אים עפענען די טירן צו קענען איבערקומען אלעס גרינגערהייט.
מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון, מאכן תחיית המתים מיט מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען דערנאך, דער אויבערשטער - טראכטן זיי - איז ברוגז, און מיט דעם וואס מען זאגט זיי אויס דעם סוד, אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און דארף זיי יא, דער זכות בלייבט אויף אייביג.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת", וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג, דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת.
דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט.
דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה.
ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש.
פאר די וואס ווילן מקדים זיין קען מען שוין געבן פדיון נפש דא אויפן וועבסייט: .breslevcenter.com/pidyen-nefesh
געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים.
פדה בשלום נפשי!