אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א האט א חשובער אינגערמאן אין שטעטל מו"ה משה עקשטיין הי"ו געעפענט א פרישע ארנאניזאציע, וואס וועט האבן די ציל ארויסצוהעלפן און ארגאניזירן באזוכן אידישע קינדער וואס שמאכטן לא עלינו אין די תפיסות ארום קרית ברסלב ליבערטי, וואס די אידן דארט קוקן שטארק ארויס אויף באזוכער.
 
ווען מען קוקט זיך ארום אויף די מאפע פון ליבערטי והגלילות זעט מען מער ווי איין תפיסה אין די געגענט ווי עס זיצן אידישע קינדער לא עלינו, עס זענען איז דא מענטשן וואס האבן אסאך באזוכער צוליב דעם וואס ער האט משפחה און פריינד און זיי וואוינען נישט צו ווייט, אבער עס איז אויך דא אזעלכע וועלכע זייערע קרובים וואוינען זייער ווייט, און די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און עס קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין א לאנגע צייט וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און אין די זעלבע צייט ער דארף זיך קענען אויסקומען מיט די נידעריגע פארברעכער וואס זיצן דארט צוזאמען מיט אים.
 
ווי דערמאנט האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מו"ה משה הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן דערין. און ווי ר' משה גיבט איר האט ער אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אידן וואס טוען אין די ענינים א לענגערע צייט און קענען זיך אויס מיט די ביוראקאטישע געזעצן פון יעדן תפיסה אינעם געגענט באזונער, ווען מען קען גיין און וואס מען קען ברענגען, צי מען דארף זיך איינשרייבן, וויפיל באזוכער זיי מעגן האבן, און אזוי ווייטער.
 
ווען מען פרעגט מענטשן צי וואלטן אפשר געוואלט קומען באזוכן, ענטפערן אסאך מענשטן "איך ווייס נישט וואס צו רעדן און איך האב נישט וואס צו רעדן, במילא איז דאס נישט פאר מיר", אבער ווער עס איז שוין אמאל געגאנגען באזוכן אין א תפיסה ווייסט די מענטשן דארפן בלויז א אידישע הארץ מיט אן אפענעם אויער וואס זאל זיי אויסהערן, זיי ווילן פשוט מיט איינעם מיטטיילן זייערע מיטמאכענישן, זיי ווילן איינער זאל זיי אויסהערן, און אזוי אביסל זיי פארלייכטערן זייערע שווערע אומשטעדן אין וועלכע זיי געפונען זיך. און דאס איז א געוואלדיגע מצוה וואס מען קען נישט באשרייבן.
 
ווער עס וויל טון די גרויסע מצוה פון גיין באזוכן אין א תפיסה זאל ביטע רופן מו"ה משה עקשטיין הי"ו, און אפשמועסן מיט אים וועם, ווען און וואו מען קען באזוכן. אין דעם זכות זאל דער אייבישטער העלפן איר זאל קיינמאל נישט מיטמאכן די אלע שוועריקייטן.