אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו קענען דרוקן חלק ח' פון עצתו אמונה
ט אייר תשפ"ג 📝
דער קומענדיגן באנד פון עצתו אמונה וואס האלט שוין ביי חלק ח' וואס אנטהאלט די פילע בריוו און שאלות ותשובות געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א האלט שוין ב"ה ביי די לעצטע שטאפלען איידער עס גייט צום דרוק. דער פרישער באנד איז פונקט ווי די פריערדיגע אנגעפילט מיט חיזוק איבער אמונה, עבודת השם, עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן וויאזוי מען קען לעבן מיטן אייבערשטן, איבערקומען שוועריקייטן, זיך דורכקומען אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און וויאזוי פשוטע מענטשן קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן און צו די תורה, מען זאל ליב האבן אידישקייט און קענען אויפצוען מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיינע לעכטיגע דורות.
די פריערדיגע בענדער זענען צוכאפט געווארן פון די הענט פון די מפיצים דורך אנשי שלומינו וועלכע האבן שוין געקאסט די טעם פון די "אונגארישע וויין" און קענען קוים ווארטן צו געניסן פונעם ענדלאזן קוואל פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אין וואס מען איז זיך קובע א שיעור יעדן אייציגן טאג פון וואס מען שעפט די כחות אנצוגיין. אזוי אויך דורך פולע אידן איבער די גאנצע וועלט וואס האבן געהערט אז דער הייליגער רבי האט אן עצה און חיזוק פאר יעדעם איינעם אין יעדן מצב, און מען כאפט זיך צו דערצו ווי א דורשטריגער צו א קאלט גלעזל וואסער.
אומצאליגע אידן און גאנצע משפחות זענען שוין געראטעוועט געווארן מרדת שחת ברוחניות ובגשמיות דורך די בריוו פון עצתו אמונה, וואס איז אלעס געשעפט געווארן פונעם ריינעם קוואל פון די הייליגע תורה, פון חז"ל, פון אונזערע הייליגע רבי'ס, ובפרט פון די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט. פילע סודות ווערן אנטפלעקט פאר די וואס לערנען אינעם הייליגן ספר, מען ווערט געוואר אז "דער אייבישטער דארף מיר יא", און "אויך איך קען צוריק קומען צום אייבערשטן" און "איך קען און עס איז געשמאק צו זיין אן ערליכער איד", אזוי אויך אז עס איז דא א וועג פאר יעדעם צו לערנען די הייליגע תורה דורך "זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו מען פארשטייט גארנישט", און אז "זיך אפגעבן מיט די ווייב, רעדן שיין צו איר, און אפשווייגן ווען זי פארשעמט איז עבודת השם", אזוי אויך ווערט מען געוואר דעם גרויס סוד אז "דער אייבישטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס איך זאג, און ער ווארט איך זאל רעדן צו אים", און אז "עס איז נישטא צו וועם זיך צו ווענדן, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן", אזוי אויך זעט מען דארט אז "מען טאר זיך נישט מאכן קיין חובות, אויב דו האסט נישט קיין געלט, מעגסטו און דארפסטו גיין נאך געלט", אזוי אויך לערנט מען וויאזוי מען דארף אויסלערענען די קינדער זיך אכטונג צו געבן פון מנוולים "זאג פאר דיינע קינדער אז קיינער מעג זיי נישט אנרירן, און אויב ח"ו איינער רירט זיי אן זאלן זיי שרייען!" אזוי כהנה וכהנה לאזט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אראפ צו אונז פשוטע מענטשן און ברענגט אין אונז אריין האפענונג, קרבת אלקים, און עצות צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן טראץ אלע שוועריקייטן.
דער גרויסער זכות פון העלפן דרוקן דעם הייליגן ספר איז אין לשער, יעדע נדבה וועט צוניץ קומען פארן נותן בזה ובבה, ער האט א חלק אין מחזק זיין און דערנענטערן אומצאליגע אידישע קינדער צום אייבערשטן און זיי ארויסהעלפן טאג טעגליך אז זיי זאלן האבן א בעסערע און זיסערע לעבן מיט די ווייב און קינדער.
מען קען געבן נדבות דירעקט פאר ראש ישיבה שליט"א (און אויפשרייבן אויפן ענוועלאפ "עצתו אמונה חלק ח'"), אדער קען מען איבערגעבן די נדבות פאר מו"ה ישעי' איידליס שליט"א, מ'קען אים רופן אויף 347-831-1391.